בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ז תשרי תשפ"ב10/3/2021

באריכט
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

היינט נאך שחרית אין פארשעי איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך בקרב מוסדותינו הק' במאנסי, ביי די מבצרים אדירים וואס ווערן געבויעט פאר די תלמוד תורה ובית רחל נאכצוקומען די מספר התלמידים והתלמידות פון די אריבער צוויי טויזענט קינדער בליעה"ר.

צום ערשט איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום גיגאנטישן שטח ביים "בית רחל קאמפלעקס" אויף טשערי לעין, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט ביי אלע נייע אפטיילונגען און זיך שטארק פאראינטערסירט ביים מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו אויף אלע פרטים און ווייטערדיגע פלענער.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום בנין האדיר והחדש פאר די תלמוד תורה בבנין בית מדרשינו הגדול במאנסי וועלכע איז בשעטו"מ היינט באנייט געווארן מיט עטליכע כתות. רבינו שליט"א איז אריין אין יעדע כתה באזונדער און דערנאך קובע מזוזה געווען אויפן הויפט שער פונעם בנין און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און געוואונשן ברכות קדשו פאר הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און פאר אלע כלי קודש און איינגעשטעלטע, ספעציעל פארן מנהל הר"ר אפרים העכט שליט"א צו מצליח זיין בעבודת הקודש.

הרחיבו מקום אהליך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️