בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךל' תשרי תשפ"ב10/6/2021

באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי:
קבוצה נכבדה פון נדיבי וחסידי אנ"ש איינגעשריבן צום היסטארישן "שבת חנוכת הבית" פ' תולדות בעיר האבות סיגוט יצ"ו



בלויז א קארגע חודש שיידט אונז אפ פונעם דערהויבענעם "שבת חנוכת הבית", פ' תולדות הבעל"ט, לרגל דאס התחדשות וחנוכת ה"שוהל-הויף" בעיר התמרים סיגוט יצ"ו, די רירענדע נסיעה "ושבתי" צום עיר האבות אין שפיץ פונעם צדיק כתמר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה! - דער געהויבענער מסע הקודש "ושבתי" אנטשפרעכט צו זיין א גאר דערהויבענער איבערלעבעניש פון פילע אספעקטן, דער שבת קודש אויפ'ן מקום שהתפללו בו רבותינו הק', בנוסף צו דעם קומען מיט א רייע רירנדע מעמדים, צווישן זיי אן התרגשות'דיגער מעמד כתיבת ס"ת בפניא דמעלי שבתא נאכגעפאלגט מיט'ן פייערליכן הכנסת ס"ת שב"ק צופרי פאר קריאת התורה. די ספר תורה איז געשריבן געווארן לע"נ מרנן רבותינו הקדושים זי"ע און ווערט אריינגעגעבן אינעם ארטיגן ביהמ"ד צום באנוץ פון אלע באזוכער במשך השנה.

נאכ'ן געהויבענעם שבת אין סיגוט וועט מען אי"ה אויך ארויספארן אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א קיין אונגארן, וואו מ'וועט אויך מתפלל זיין ביים ציון המצויינת פונעם ריש השושילתא משה איש האלקים מרן בעל ישמח משה זי"ע אויפ'ן ביה"ח הישן אין אוהעל, ווי אויך וועט מען קענען פארן קיין קערעסטיר מתפלל צו זיין אויפ'ן מנו"ק פון הרה"ק רבי ישעי'לע מ'קערעסטיר זי"ע.
כאטש די הויפט מחותנים און משתתפי הנסיעה זענען די גליקליכע נדיבי ובוני הבית וואס האבן איינגעקויפט גרעסערע זכותים אינעם בנין הקדוש, ווערט אויך געגעבן א געלעגנהייט פאר'ן אלגעמיינעם ציבור חסידים ואנשי מעשה צו קענען זיך מיטכאפן מיט די געהויבענע נסיעה מיטצוהאלטן דעם היסטארישן שבת מיט'ן רבי'ן אין סיגוט, פאר'ן השתתפות פון לכה"פ 5,000 "זכות אבן זכרון", והיו האבנים האלה לזכרון בהיכל ה'.

פאר'ן באקוועמליכקייט פונעם ציבור, ספעציעל אין אנבליק פון די יעצטיגע אומשטענדן און רעגולאציעס, איז באשלאסן געווארן צוצושטעלן א ספעציעלע 'טשארטער פליגער', פאר די משתתפי הנסיעה.
מטעם די מארגני הנסיעה והשבת ווערט איבערגעגעבן א וויכטיגע מעלדונג און דערמאנונג אז היות ס'ווערט יעצט אויסגעארבעט און באשטעלט אלע געברויכן אויף די נסיעה, באזירט לויט'ן צאל משתתפים, דערפאר די אלע וואס ווילן זיך נאך מיטכאפן און רעגיסטרירן ווערן געבעטן דאס צו ערעלעדיגן וואס פריער דורכ'ן צייטליך אריינרופן אינעם "נסיעה-אפיס" אויף: 845.751.1210.

לויט'ן סדר הנסיעה וועט מען אי"ה זיין צוריק אין ניו יארק צומארגנס פונעם געהויבענעם שבת, זונטאג נאכט פ' ויצא, אנגעהויפענט און איבערגענומען מיט באגאזשן שפע קודש און רגשי התרוממות נאכ'ן מיטלעבן דעם היסטארישן שבת בעיר האבות.

שמעו אלי רודפי צדק, מבקשי ה', הביטו אל צור חוצבתם!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 974