בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךל' תשרי תשפ"ב10/6/2021

באריכט
מיטוואך נח א' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל מאסרי הי"ו (וומסב"ג).

צו הלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור. עס איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ ר' דוד יודא הירשפעלד שליט"א דומ"ץ מונקאטש מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון ראש חודש און נאך.

ארום 7:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה, נאך מנחה ביז מעריב האט דער רבי געזעגענט אנ''ש וועלכע מאכן חתונה קומענדיגע וואך. צו מעריב איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 876