בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגב' מרחשון תשפ"ב10/8/2021

באריכט
פרייטאג נח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין פארשעי מאנסי

ארום 9:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.

עס האבן געהאט די זכיה מיטצודאווענען מיט רבינו שליט''א תלמידים פון די נייע סניף ישיבה קטנה "דרכי תורה" במוסדותינו הק' מאנסי.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הרב שמואל אליעזר טייטלבוים שליט''א (ב''פ).
ב"ר ישראל אלימלך מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידים דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די בר מצוה בחורים און די תלמידים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים און געוואונטשן פאר די כלי קודש און די הנהלת הישיבה.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך ביי הגה''צ רב דביהמ''ד בוטשאטש שליט''א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און רבינו שליט''א האט זיך באדאנקט פארן ביהמ''ד.

נאכדעם האט זיך רבינו שליט''א ווי געמאלדן צוריק געקערט לביתו נאוה קודש בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️