בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגד' מרחשון תשפ"ב10/10/2021

באריכט
באסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה"ק שליט''א היינט פארמיטאג איבער די בוטשער געשעפטן פון קהילתינו הקדושה בוויליאמסבורג, איז מוחלט געווארן דאס פאלגענדע.

רבינו שליט''א האט ממנה געווען א הנהלה וועלכע זאלן פארוואלטן איבער די פלייש געשעפטן אין וויליאמסבורג, די בעלי בתים חשובים מפארי הנהלת קהילתינו ומוסדותינו הק'.

ר' אברהם יצחק קאהן הי''ו
ר' אברהם בראך הי''ו
ר' חיים אליעזר גראס הי"ו
ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו
ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו
ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו

(עפ"י סדר הא' ב' ואין מוקדם ומאוחר)

די הכנסה פונעם פלייש באנק וועט זיין א שותפות'דיג פאר די מוסדות און די קהלה, כתקנת רבינו הק' זיע"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 973