בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט"ו מרחשון תשפ"ב10/21/2021

באריכט
דינסטאג פר' וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב''ר שמואל רובינפעלד הי"ו.
ב''ר חיים שלמה קרויס הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:50 איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה, ווי דער רבי שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידיו הנאמנים די אריבער 1200 תלמידי המתיבתא פון אלע 7 סניפים. דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ואקחה פת לחם" און געטייטשט בדברי אגדה און דערנאך לענגערע דרוש ופולפל אויף די שיעורי הישיבה אין מס' בבא בתרא. דערנאך האט דער רבי שליט''א ארומגערעדט בדברי מוסר והחתחקות פאר די בחורים, איבער זיך צושטעלן און איינהאלטן די סדרי וזמני הישיבה, ווי אויך איבער מיטהאלטן די שיעורים און אויפשטיין באשמורת הבוקר. דער רבי שליט''א האט שטארק מעורר געווען איבער זיך קובע זיין בקביעות צו לערנען ספרי מוסר, און גיין אין מקוה יעדן טאג, איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה און די געהויבענקייט פון סעודת רעווא דרעווין, טוהן חסד איינער מיטן צווייטן, גיין נאך געלט, זיין אפגעהיטן פון די כלים הטמאים, און מחזק געווען די תקנת הישיבה וואס איז געמאכט געווארן דורך רביה"ק זי"ע נישט צו גיין צו קיין חתונות,

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח הישיבה און ארויסגעברענגט אז יעדע בחור וואס לערנט אין ישיבה דארף אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת אז ער האט זוכה געווען אנצוקומען אין די ישיבה וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק זי"ע און חותמו ניכר עד היום הזה, און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דרשה ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאך מנחה האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי באטייליגט ביי די סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' משה יוסף מיטעלמאן הי"ו. רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און געוואונטשן ברכות קדשו.

נאכדעם האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה''ח ר' הערשל שפיטצער ע"ה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה בביתו נאוה קודש בוומסב"ג פון 8:15 ביז 11:45.

ארום 10:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 865