בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגא' כסלו תשפ"ב11/5/2021

באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי

באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.

פרייטאג פר' תולדות.

אנגעהויבן פון די פריהע פארטאגס שעה'ן פון ארום 2:30 האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה בביתו נאוה קודש.

ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ברוב עם בהיכל הביהמ''ד עצי התמרים.

צו ברכות איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' נפתלי הורוויץ הי''ו פון לאנדאן שחרית: הרב דוד טייטלבוים שליט''א נכד רבותינו הק'.

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און פארגעדאווענט אויף די יו''ט'דיגע נוסח ברגש קודש.

פתיחה: הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א נכד רבותינו הק', בעל קורא: הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב נכד רבותינו הק', כהן: הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, לוי: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו פון וויען עסטרייך, שלישי: הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א, רביעי: רבינו שליט''א, הגבה: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, גלילה: הר''ר יוסף לעוו שליט''א נכד רבותינו הק'.

מוסף האט געדאווענט פארן עמוד חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די נדבנים און פאר'ן גאנצן ציבור.

מה נורא המקום הזה

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת המקום וגודל זכות המקום און ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די חינוך הביהמ''ד והמקוה אויף דעים הייליגן מקום ובקול בוכה ממשיך געווען "איך קען נישט באהאלטן די הרגשים, הרגשי לבי חינוך פון א ביהמ''ד און א מקוה דא אויף דעים הייליגן פלאץ - דא איז געווען די מקוה אויך - בפרט ווען כטראכט וואס פאר א הנאה די טאטע ז''ל וואלט געהאט צו דעים חינוך פון א ביהמ''ד דא אויף דעים פלאץ, הוא הגבר ער האט געזעהן סיגוט בגדלותה ער האט געזעהן סיגוט בשלוותה ער האט געזעהן סיגוט בחורבנה די חורבן פון די ביהמ''ד דא און די הויז ווי ער איז נתגדל געווארן היה לשריפת אש, כ'קען מיר נישט פארשטעלן די גרויסע שמחה וואס ער וואלט ווען געהאט ווען ער זעט דא די חינוך הביהמ''ד און מקוה דא אויף דעים פלאץ"

דערנאך האט רבינו שליט''א זיך באדאנקט פאר די אלע נדבנים וואס האבן געהאלפן בויען דעים בנין און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכות וואס עס איז פאר זיי.

דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער די השתלשלות הדברים אין שטאט סיגוט און געזאגט איך שטיי און כ'בין זיך מתבונן במקום הזה האבן אבותי הקדושים עוסק געווען בתורה יומם ולילה, עוסק געווען בעבודת ה' בקדושה ובטהרה, במקום הזה האבן זיי מרביץ תורה געווען בקדושה פאר אלפי תלמידים, ולא פסקו ישיבה מעל שלחנם זיי האבן מעמיד געווען תלמידים תלמידי חכמים חסידים ואנשי מעשה כידוע די זיידע ז''ל האט געזאגט מען זאל שרייבן אויף די מציבה העמיד תלמידים הגונים וישרים 'ווייל ער וועט זיך נישט שעמען מיט זיינע תלמידים נישט בזה און נישט בבא', במקום הזה האבן זיי מחדש געווען חידושי תורה פלפולים עמוקים חידושים נפלאים, במקום הזה האבן זיי געשריבן תשובות להלכה בכל מקצועות התורה במקום הזה האבן זיי גע'דרש'נט דרשות דברי מוסר והתעררות תשובה חידושי אגדה בשבת ובמועד די הייליגע דרשות נלהבות מען האט מעורר געווען אידישע קינדער לתשובה ולמעשים טובים, מען האט געוואשן נפשות מישראל מלהיב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים, במקום הזה האבן זיי עוסק געווען בתורה עבודה וגמ''ח, "במקום הזה דאס איז מקום שהתפללו בו אבותי" דא האבן זיי געדאווענט די הייליגע תפילות און עס איז ארויפגעגאנגען לשמי השמים, דא אויף דעים מקום האבן זיי געפויעלט ישועות פאר אידישע קינדער, דא אויף דעים מקום איז געבוירן געווארן די פעטער ז''ל די דברי יואל וואס ער האט שפעטער מאיר געווען כל העולם כלו בתורתו ובצדקתו דא אויף דעים מקום איז אראפגעקומען דעי הייליגע נשמה אויף דעים עולם, במקום הזה האבן געשטראמט טויזענטער אידן און זיך מתחמם געווען לאורם ס'איז געווען א תל תלפיות פון דא איז ארויסגעגאנגען תורה וטהרה וקדושה אויף די גאנצע וועלט זיי האבן מאיר געווען די עולם בכח תורתם בעבודתם קדשתם וצדקתם צענדליגער יארן עד שנחרב העיר ביז עס איז געקומען די שווערע ביטערע חורבן און עס איז געווארן א ארץ תוהו ובוהו 'אבער פון די עבודת הקודש פון אזויפיל יארן פון תקצ''ד און ווייטער איז געבליבן א רשימא דקדישא סיי פון די קדושת מקדש מעט און סיי פון די קדושת פון זייער הייליגע עבודה
דערנאך האט זיך דער רבי ספעציעל באדאנקט פאר הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט''א נכד אבותי הקדושים וועלכע האט במסירת נפלאה אהערגעשטעלט דעים מקום און דערמאנט לטובה אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וועלכע האט זיך אוועקגעגעבן פארן מקום בפרט ביים אויסלייזן דעי מקום פון די גוישע הענט און זיך באדאנקט פאר אלע נדבנים, און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט רבינו שליט''א איבערגעגעבן א מתנה פון כל ספרי עצי התמרים פארן בוני ומקים עיר האבות סיגוט הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו.

נאכן מסיבת לחיים האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויפן הויפט שער הבנין און דערנאך מכבד געווען די נדבני בוני הבנין הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, הרה''ח ר' אשר לעוו הי''ו, הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו נדבן המקוה, הרה''ח ר' אשר אליעזר לאנדא הי''ו נדבן הקאך, הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו נדבן העס זאל, און נאך.

נאכן מעמד האט מען סערווירט א נארהאפטיגע פרישטאג וסעודת ראש חודש אינעם היכל השלחנות.

רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צו א סעודת ראש חודש פריוואט בביתו נאוה קודש.

מען האט אויסגערופען אז הרבנית הצדיקת תליט''א וועט מוצא זיין דעים גאנצן ציבור מיט צינדן ליכט און יעדער זאל אנצינדן א לעקטער אין די האטעל רום,

הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א האט געמאכט די עירובי חצירות ביים שוהל הויף.

קה זכות אבות יגן עלינו

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 902