בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday3 Kislev 578111/19/2020

News
נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין מאנסי ווי די רבי האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם ביהמ"ד "דברי יואל" דקהלתינו הק' -מאנסי און זיך אומגעקיקט אינעם ביהמ"ד און ביי די בוי ארבעט, און באגלייטונג פון די ראשי הקהלה.

שפעטער האט זיך די רבי באטייליגט ביים סעודת החתונה פון א אייניקיל ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר ממרכז וויזניץ שליט"א די רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מיטן שוואגער מרכז וויזניצע רבי, און מיט די מחותנים, און געווינטשען לחיים וברכות קדשו.