בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגג' כסלו תשפ"א11/19/2020

באריכט
אנ"ש איבער די גארער וועלט פאלגן נאך מיט התרגשות די גאר היסטארישע "שבת עמלי תורה" פאר לומדי כוללינו בראשות מלכינו ומדריכינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
שטייענדיג 60 יאר פון ווינטער תשכ"ג ווען מייסד קהלתינו הק' מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט מייסד געווען דעם ערשטן כולל 'כולל תורה ויראה' מיט אירע 5 לומדים, שטיימיר היינט 60 יאר שפעטער ווען די מעכטיגע נעץ פון "כוללי קהלתינו הק' ציילט זיך מיט טויזענטער לומדים כן ירבו", וועלן זיך די אריבער 1,000 עלטערע חברי הכולל פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדע, זיך צוזאם קומען אינאיינעם און אפגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן ששם חלקינו מיושבי ביהמ"ד און זיך מחזק זיין צו שטייגן בתורה ויראה און ווייטער זיין פון די "עמלי תורה"
די שבת פארשפרעכט צו זיין א "שבת מעין עולם הבא" 'געהויבענע תפילות', 'הייליגע טישן', 'ווארימע דרשות', בדברי חיזוק והדרכה דורכן נשיא הכוללים כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, און נאך מערערע מגידים.
עקסטער שיינט ארויס די מעמדים וואס וועלן פארקומען ער"ש ווען די חברי הכולל וועלן זיך צוזאמקומען לויט די עלטער אינאיינעם מיט די ראשי הכוללים און הערן פולע תשובת אויף די שאלות וואס איז אריינגעגעבן געווארן און די לעצטערס וואכן

"ווי אויך די 'כינוס יושבי האוהל' פאר די עלטער ת"ח וועלעכע זיצן שוין אין כולל אסאך יארן ווי עס וועט געהערט ווערן א שטארקע שמועס פון זקן ויושב בישיבה הגאון רבי אלי בער וואכטפויגל ר"י זכרון משה, און א דרשה פון הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן וראה"כ בקרית יואל, און א דרשה פון הגה"צ יעקב יוסף וואזנער שליט"א ראה"כ במאנטריאל.
במשך פון די שבת וועט אויך געהערט ווערן דרשות פון הרבנים הגוה"צ מגידים מפורסמים און שפיץ פון מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, און פון הגה"צ נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ בוומ"ס ורב דביהמ"ד ברך משה, הרה"ג בערל גורעלניק שליט"א, הרה"ג פנחס כף שליט"א רב דביהמ"ד אוהל צבי, הרה"ג יחזקאל ווייס שליט"א ר"י אור תורה, הרה"ג המשפיע ר' אהרן וויינבערג שליט"א, הרה"ג המשפיע ר' דוד הירשפעלד שליט"א פון ירושלים.

אזוי אויך וועט במשכ'ן שבת זיין צוגעשטעלט א הערליכן "היכל התורה" צו קענען עוסק זיין בתורה בהרחבת הדעת, אויך איז אויפגעשטעלט געווארן אן "אוצר כינוס סופרים" ווי עס איז אריינגעשטעלט געווארן צענדליגע ספרים אויף די נושא פון לימוד התורה, אזוי אויך חיבורים וקונטריסים וואס די לומדי הכולל האבן געשריבן במשך די יארן, וספרי רבותינו הק'.
'באו ונצא לקראת שבת מלכתא'
נדובי בעם וואס ווילן האבן א חלק און דעם דערהויבענעם שבת און אפקויפן איינע פון די מעמדים זאל זיך פארבינדן צו די מסדרי השבת אויף 845-500-0257
די סדר השבת וועט נאכפאלגן,
"לקראת שבת לכו ונלכה"