בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגג' כסלו תשפ"ב11/7/2021

באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי

שב''ק פרשת תולדות בצל הקודש פונעם ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר האבות סיגוט אין רומעניע אינערהאלב די מסע הקודש 'ושבתי' לרגל די חנוכת הבית פונעם פראכטפולען בנין ביהמ''ד הגדול עצי התמרים בנין ישעי' זאב לעוו בעיר האבות סיגוט וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטאָרישן שוהל הויף.

שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי

דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת איז אפגעראכטן געווארן בהתרגשות ובהתרוממות עילאה, א שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן זעלבן מקום שהתפללו בו אבותיו רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זי''ע אינאיינעם מיט די אריבער 550 נגידים נדבני הבנין בעיר האבות סיגוט.

אין אומר ואין דברים נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענער שב''ק. עס איז נישט דא קיין ווערטער ארויסצוגעבן די געפילען פון די הונדערטער משתתפי הנסיעה, פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש פרובירן צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.

=חלק א'=

לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך

פרייטאג ערש''ק בפניא דמעלי שבתא איז פארגעקומען די מעמד נרגש סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום אמאליגן תורה צענטער ביהמ''ד עצי התמרים צום ערשטן מאל נאכ'ן ביטערן חורבן, בנדבת לבו פון הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו ומשפחתו מיקירי אנ''ש בבארא פארק.

ארום 3:40 איז רבינו שליט''א ערשינען בבגדי שבת, מען האט געזונגען ניגונים בהתעוררות רב ובפרט ביים זינגען דעם אהבה רבה אויף די ווערטער, ווי רבינו שליט''א האט מיטגעזונגן בבכיות נוראות. אויך האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דברי חרוזים לכבוד המאורע החזן ר' ישראל אדלער הי''ו פון ארץ ישראל.

דערנאך האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם נדבן הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו און אביו הרה''ח ר' מנחם שלמה הי''ו פון לאנדאן אריינצושרייבן די אותיות, און נאכדעם האט רבינו שליט''א גומר געווען די ספר תורה.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויתן לך אלוקים משמני הארץ" און געטייטשט אז ווען מען געט אריין א ספר תורה איז עס משפיע פרנסה. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט הרגשי קודש פון די גרויסע שמחה ווען מען איז צוריק מחנך דעם מקום און מען געט אריין א ספר תורה, און מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש פארן חשובע נדבן און פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה מיט די ספר תורה דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א פייערדיגן ריקוד. נאך עטליכע מינוט איז הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו פון לאנדאן געגאנגען גלילה און רבינו שליט''א האט אנגעטוהן דעם כתר אויף די ספר תורה און ממשיך געווען מיט די ריקודי קודש. ביים זמן שב''ק האט מען אויסגעלאשן די מוזיק און מ'האט ווייטער געטאנצן פאר לענגערע מינוטען.

נאכן מעמד סיום כתיבת ספר תורה האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א בגודל קדושת המקום והזמן, און ווען רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום דאווענען האט נאך דער רב ממשיך געווען עטליכע מינוטן.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צו מנחה מעוטף בטליתו באש קודש מיט געוואלדיגע בכיות וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור פאר לענגערע מינוטען.

ביי די שטילע שמו''ע האט רבינו שליט''א מאריך געווען לענגער ווי געווענליך. דערנאך האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די הויכע שמו''ע בקול בוכים, עס איז געווען א בחינה פון כברקים היוצאים מזיו החיות. עטליכע מאהל האט רבינו שליט''א זיך דערשטיקט פון געוויין, און נישט געקענט ווייטער דאווענען. עס האט זיך ארויסגעהערט דאס וויי געשריי מנהמת ליבו ווי רבינו שליט''א וויינט פאר צרות ישראל ביי ראה נא בענינו, רפאינו השם ונרפא, השיבה שופטינו כבראשונה, והסר ממנו יגון ואנחה, אב הרחמן שמע קולנו חוס ורחם עלינו, ס'איז נישט געווען קיין טריקן אויג אין ביהמ''ד. אידן האבן מיטגעשפירט די רגשי קודש פון רבינו שליט''א, ווען ער דאווענט דעם ערשטן שב"ק אויף דעם פלאץ ווי זיינע זיידעס נבג''מ האבן געדאווענט דורי דורות און משפיע געווען פאר אידישע קינדער דורך זייער תפילות.

נאך מנחה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה נלהבה חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א און מלהיב געווען דעם ציבור.

קבלת שבת: הרב מנשה כ''ץ שליט''א מנהל ישיבת שערי יושר נכד רבותינו הק' זי''ע. מזמור לדוד הבו לה' האט מען פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג ק"ק סיגוט. ביי בואו בשלום האט רבינו שליט"א מאריך געווען בריקודין פאר א לענגערע צייט.

מען האט געענדיגט ארום 7:45 און דער עולם איז אריבערגעגאנגען גוט שבת זאגן.
די סעודות ועריכת השלחנות איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישער שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם שוהל הויף הארט נעבן דעם בנין הביהמ''ד.

אלע פלעצער זענען אויסגעטיילט געווארן מיט ספעציעלע קארטלך דורך די עסקנים נאך אין ביהמ''ד, ולא אמר אדם צר לי המקום יעדער איז געווען מסודר איז על מחנהו ואיש על דגלו. איידער רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א.

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עשה''ט אינאיינעם מיט די אריבער 550 נגידים נדבני הבנין און אנגעהויבן שלום עליכם מיט א אש להבה כדרכו בקודש.

אשת חיל: נכד רבינו החתן אשר אנשיל אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרבני הנגיד ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי''ו פון לאנדאן.

במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען הערליכע ניגונים לכבוד שב"ק אנגעפירט דורך די 'סאטמארע קאפעליע'.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א, מנוחה ושמחה: הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואלה תולדות יצחק בן אברהם" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות צריכות כוונה.

קה אכסוף: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני הקהילה ומשפיע רוחני בביהמ''ד בנין בראך, ברהמ''ז: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט מקורות ימי עיר סיגוט בצל רבותינו הקדושים מרנן הייטב לב הקדושת יו''ט העצי חיים זי''ע פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו א שעה.

קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ בוומסב''ג. אז ביום השביעי: הרה''ג ר' דוד ארי' ווייס שליט''א מו''ץ בקהלתינו לאנדאן בן אבד''ק לאנדאן שליט''א.

מען האט געענדיגט ארום 1:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️