בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגה' כסלו תשפ"ב11/9/2021

באריכט
מאנטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב''ר אפרים משה לעווי הי''ו.
ב''ר יואל הערש זאבל הי''ו.

ביי קריאת התורה האט רבינו שליט''א עולה געווען שלישי און דערנאך גומל געבענטשט.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יואל ברד''ל האלפערט הי''ו - ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' חיים הערש ברמ''י גאלדבערגערהי''ו - ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע''ה, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:00.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' יונתן בנימין וויינגארטען הי"ו - ר' אלכסנדר נחום גאטליב הי"ו.

ארום 10:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א הרה''ג ר' יצחק שלמה בלוי' שליט''א ספרא דדיינא ומזכיר הביד''צ העדה החרדית, רבינו שליט''א האט דורש געווען בשלומו און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️