בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי' כסלו תשפ"ב11/14/2021

באריכט
במוצאי יום גילה

מוצש''ק פרשת ויצא בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א


ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין בארא פארק אין די זאלן פון עטרת חי' צום יערליכן דינער ''עוללינו'' לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק מיט אירע אריבער 5000 קינדער בליעה''ר.

עס האבן אויפגעטרעטן הרה''ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט''א, הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א, און די מנהל המוסדות הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, ובסוף דבריו מעורר צו שיקן די קינדער לערנען אין היימישע ישיבות און נישט אוועקשיקן אין די פרעמדע ישיבות, און ארומגערעדט בשבח מוסדותינו הק' אין בארא פארק, און מסיים געווען בברכות קדשו בפרט פארן חשוב'ע מנהל המוסדות הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו.

נאכן דינער איז דער רבי אריבער געגאנגען אויף א באזוך ביי הגה''צ גאב''ד פריימאן שליט''א וראב''ד התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע תורה'דיגע און ידידות'דיגע שמועס פאר אריבער א האלבע שעה, דערנאך האט דער פריימענער רב אנגעגאסן לחיים און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה''ח ר' אליעזר וויינבערגער הי''ו מיט הכלה בת הרה''ג ר' יואל שטערן שליט''א מנהל כתות ו' ז'ח' במוסדותינו הק' וומסב''ג צוגעשטעלט דורך די מלמדים.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן בבריאות השלימות, און פאר די מחותנים און אלע מלמדים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 946