בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ג כסלו תשפ"ב11/17/2021

באריכט
דינסטאג פר' וישלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' הלל פויגל הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה - סניף טשעסטער.

ביים ארויסגיין נאכן דאווענען האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט איבער די ישיבה און געוואונטשן עס זאל זיין גוטע שידוכים במהרה, און דערנאך זיך נאכגעפרעגט ביים מנהל הר''ר שלמה לייב וויינבערגער שליט''א איבער די וואוקס פונעם געגענט.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז 12:00 בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

ביים אנקומען אויף וומסב''ג איז דער רבי שליט''א ארויף אויף א באזוך בבית נכדו הרה''ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט''א.

ארום 10:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה העסקן הרב משה מארגרעטען אינאיינעם מיט בנו החתן און די מחותנים אפנעמען מזל טוב לרגל די חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך, ווי רבינו שליט''א האט גאר ווארעם אנגעוואונטשען דעם עסקן הרב משה הי''ו, דעם חתן און די חשובע מחותנים.

אויך איז אריין בקודש פנימה די חברי הנהלת קרן הבנין בית חינוך לבנות שע"י מוסדות יטב לב אין בני ברק, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' ליפא זיכערמאן הי"ו וואס האט געקויפט א זכות נכבד אינעם נייעם פראכטפולן מיידל שולע בנין, וועלכע ריקט זיך שטארק פאראויס און די יעצטיגע טעג צום פארענדיגן ברוב פאר והדר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 944