בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ב כסלו תשפ"ב11/26/2021

באריכט
ארום 10:50 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם דבר ה' והדרכת השנה פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה במשנתו פון רביה''ק בעל הנס זי''ע. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות הקדושים איבער די וועלט און די שיינע פירות וואס דאס געט ארויס סיי אין תלמוד תורה און סיי אין בית רחל און אין די ישיבות קטנות וגדולות, און ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה מיט די עפענונג פון די 2 סניפי ישיבה גדולה עסק התורה פאר די עלטערע בחורים וואס האט זיך געעפענט מיט גרויס הצלחה, וואס דאס אלעס איז בזכותו ובכוחו של אותו זקן.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי מוסר והדרכה זיך האלטן שטארק און נישט נאכגיין די תאוות אמעריקע, און מעורר געווען נישט אווערצושיקן די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות "רוב פון די בחורים קומען אן קיין ארץ ישראל, וואו זיי ווערן אויסגעקילט אין יעדע זאך וואס איז ביי אונז חשוב און הייליג, ער האט שוין מער נישט קיין קשר צו סאטמאר, דאס ברענגט געוואלדיגע ירידת הדורות אין אלע ענינים".

דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער די שווערע גזירות בארץ ובגולה וואס מען דארף זיין גרייט צו באקעמפען, די סכנה פון די גזירות החינוך אין ניו יארק ''אז מען רעדט עניני חינוך מיז מען ארויסברענגן די סכנה וואס הערשט אויף די בתי חינוך דא אין ניו יארק סטעיט, 'ווי עס זעהט זיך אויס וועט אין די קומענדיגע חדשים די רעגירונג אין אלבאני טוהן פעולות בעניני חינוך', זאכן וואס איז די חיות פון כלל ישראל 'מען דארף רחמים שמים מרובים און זיין גרייט לדורן לתפלה ולמלחמה' דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל מצליח זיין. די פעולות וואס מען טוהט, זאל זיין מיט גרויס הצלחה. קיינער זאל נישט קענען חלילה טשעפענען די חינוך פון אידישע קינדער''.

די סכנה פון גזירות גיוס בני ישיבות בארה''ק ''אזוי אויך אין ארץ ישראל דארפן זיי אויך האבן רחמים שמים, גיוס בני ישיבות איז נישט אראפגעגאנגען פון סדר היום און עס הערשט א געוואלדיגער סכנה וואספארא סדר מען וועט איינפירן, מי יודע מה יולד יום ה' ירחם''.

דערנאך האט דער רבי שליט''א ארומגערעדט אז דער גרויסער טאג איז ''א צייט פון חשבון הנפש צו גיין אין די דרכים פון רביה''ק זי''ע בפרט בעניני השקפה ודיעות, נישט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא פון אלעס וואס ער האט אונז געלערנט בכתב ובעל פה בגנות פון רעיון הציוני און אלע איסורים וואס ליגט אונטער דעם, ס'איז נוגע די עיקרי האמונה" - "מ'דארף געוואלדיגע חיזוק נישט אריינצופאלן אינעם נעץ פונעם יצר הרע מיט'ן ציוניסטישן רעיון פון כחי ועוצם ידי און נעמען א גאולה פאר ביאת המשיח. מ'דארף וויסן מיט א קלארקייט די איסורים מיט וואס דאס איז פארוויקלט. זוכה זיין צו התבדלות פון די רשעים אפילו במחשבה, ווייל אפילו מחשבה איז פוגם ביי די ענינים".

דערנאך האט רבינו שליט''א ארום גערעדט בשבח פון די חבורות פון יסודי התורה און תורתך שעשועי און מחזק געווען די טויזענטער לומדי התורה. און אחרון אחרון חביב האט דער רבי ארומגערעדט בשבח המוסדות אין וומסב''ג וועלכע שטייט לשם ולתפארת, און געבעטן אז יעדער זאל ארויסהעלפן די געטרייע הנהלה וואס טראגט אזא שווערן עול, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די הנהלת המוסדות זיי זאלן פטור ווערן פון אלעם בייזן און ברכות לרוב פאר כל הקהל הקודש.

נאך די דב''ק האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות פאר אלע חתנים.

מען האט געענדיגט ארום 12:00. אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן להצלחת המעמד.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️