בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגט"ו טבת תשפ"ב12/19/2021

באריכט
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: הר''ר יואל בר''ע הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (וומסב''ג), כהן: הר''ר משה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט''א, שלישי: הרה''ח ר' יעקב גוטמאן הי''ו (בארא פארק), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו ואגידה לכם'' און געטייטשט אז די טעג פון די ימי השובבי''ם וואס דער אר''י הקדוש האט אונז מגלה געווען אז עס איז מסוגל אויף תשובה ותיקון המעשים בעניני קדושה, אפילו דער חומר הענין איז אזוי גרויס אבער תשובה מיט תפילה העלפט אויף אלעם, אפילו אויב ס'איז געווען פארשלאסן דאס מויל מחמת כובד העוונות, באקומט מען סייעתא דשמיא, הקב''ה כביכול דאווענט מיט מען דארף זיך נאר נעמען דאווענען בתפלה ותחנונים פארן בוכ''ע. און מסיים געווען מיט שטארקע דברי התעוררות לימי השובבי''ם לתשובה ולתיקון המעשים בפרט באמירת תהילים.

ידיד נפש: הרה''ג ר' דוד נתן ראזענבערגער שליט''א אב''ד גמזו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 877