בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשכ"א טבת תשפ"ב12/25/2021

באריכט
כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים

מיט גרויס פרייד און מיט געהויבענע געמיטער האבן אנשי שלומינו אין ירושלים עיה''ק אויפגענומען די בשורה מרנינה אז די צוויי חשובע פילאנטראפן הרה"ח המפואר בונה ומקים עולמות של תורה וחסד הרבני הנכבד מוה"ר אברהם בראך הי"ו ואתו עמו משנהו בדומה לו הרבני הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו חברי וועד העליון דקהלתינו הקדושות ומוסדותי' בארה"ק וועלכע זענען אין די טעג צוגאסט אויף א משפחה שמחה אין ארה"ק, האבן היינט ביום שב"ק געשנדר'ט ביי די ס"ת אויפבויען א בית גדול לה' ולתורתו בנין ביהמ"ד ברך משה שע"י קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק, וואס באשטיייט היינט פון בלויז איין שטאקיגע געביידע.

אויסער זייער התנדבות אהערצושטעלן דעם בנין, האבן די צוויי נדיבים בעם אלס נחשונים לדבר מצוה תומ"י מקיים פסק געווען, און צוגעזאגט אסטראנאמישע סומעס, הרבני ר' אברהם מיט א מיליאן דאלער און הרבני ר' אברהם יהושע מיט א האלבע מיליאן דאלער. און צו זיי האט זיך אהנגעשלאסן, בא הכתוב השלישי, צו זיין א שותף לדבר מצוה הרבני הנגיד הנכבד בנש"ק ר' יהודה ווייס שליט''א פון קרית יואל, מיטן סומע פון א האלבע מיליאון דאלער.

די בשורה מרנינה קומט נאך וואס די צוויי נגידים חשובים חברי וועד העליון זענען בשלוחת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געזעסן אויף לענגערע מיטונגן דעם פארגאנגענעם דאנארשטאג מיט די געטרייע הנהלת הקהילה והמוסדות פון ירושלים וועלכע זענען נתמנה געווארן דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א, ה"ה הרב שראל מרדכי פעלבערבוים, הרב ישכר בצלאל יאקאב, הרב נתן בנימין ראטה, הרב יהושע קליין שיחי', און אזוי אויך מיט אנדערע פערזענדליכקייטן אינערהאלב די קהלה, זיך צו באקענען פון די נאנט די ווערטשאפט בקרב קהלתינו הק' ומוסדותי', און איבער די פונקטליכע פלענער וואס שטייען גרייט אז מען זאל זיי אויספירן מכח אל הפועל, און נאך א טעלעפאנישע קאנפרענץ ערש"ק מיט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א איז באשלאסן געווארן בהסכמתו ובברכת קדשו אריינצוטאנצן אינעם פראיעקט.

דער נייער בנין ביהמ''ד וועט ענטהאלטן בעז''ה מערערע שטאקן, א מקוה טהרה, שטיבלעך און א היכל התורה, א היכל ביהמ''ד פון נאנט צו 500 זיצן, א עזרת נשים, א היכל הכולל און אן עקסטערן פליגל פאר די ישיבה קטנה.

ירושלימ'ער אידן וואס ווייסן און קענען דעם תל תלפיות אין צענטער פון שטאט פאר די לעצטע 20 יאר, קוקן שוין לאנג ארויס אז דער בנין וואס איז צר מהכיל זאל ווערן אויסגעברייטערט און אצינד זאגן זיי ברוך שהחיינו וקיימנו לזמן הזה.

מוצאי שב"ק זענען די חשובע נגידים ואישי הציבור אריבער אויף א באזוך בבית הגאון הגדול פוסק הדור מרן הראב''ד ירושלים שליט"א וועלכער האט געהייסן אריינברענגען לחיים לכבודם, און אנגעווינטשן די צוויי אז זיי זאלן קענען מוציא זיין מן הכח אל הפועל זייערע פעולות לטובה פאר'ן חינוך הטהור בארה"ק בכלל, און פאר קהלתינו הק' ומוסדותי' בפרט.

אין די יעצטיגע שעות קומט פאר א רייכע מסיבת קבלת פנים און הכרת הטוב מיט די השתתפות פון רבני קהלתינו הק' און נאך רבנים און גאונים פון ביד"צ העיה"ח ,פאר די חשובע נדיבים בעם ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די התרגשות פון אנשי שלומינו בירושלים עיה"ק.

אי"ה אין די נאנטע טעג וועלן די צוויי ראשי הקהלה ואישי הציבור ר' אברהם און ר' אברהם יהושע, איבערגיין די פונקטליכע פלענער מיט די חברי הנהלה בירושלים און אהנהייבן דעם פראיעקט לשם ולתפארת.

בשליחות הקודש פון כ"ק רבינו שליט"א וועלן אי"ה מארגן די צוויי נגידים הי"ו אריבערפארן קיין בני ברק און פארברענגן בקרב קהלתינו הק' ומוסדותי' אינאיינעם מיט די געטרייע חברי הנהלה, און מחזק זיין אלע פראיעקטן בקרב קהלתינו, אריינגערעכנט דעם 'בנין החדש והמפואר די מיידל שולע בנות ארץ ישראל' וואס האלט שוין ביי די לעצטע פאזע פון פארענדיגט ווערן לשם ולתפארת.
אי"ה מאנטאג הבעל"ט וועל די צוויי נגידים בעם הי"ו אריבער פארן בשלוחת הקודש קיין בית שמש צו פארברענגן מיט די ארטיגע חברי הנהלה בקרב קהלתינו ומוסדותי', און מחזק צו זיין דעם נייעם צווייגל במסגרת מוסדות יטב לב בארה"ק, מיט פרישע פלענער לטובת אנשי שלומינו.

אי"ה קומענדיגע וואך איז געפלאנט אז די צוויי נגידים מראשי קהלתינו הק' שיחי' וועלן אריבערפארן קיין פאלם ספרינג'ס ווי רבינו שליט"א וועט זיך געפינען אויף מנוחת הנפש, און איבערגעבן די שיינע גריסן פון תלמידיו וחסידיו אנשי שלומינו בארה"ק, און גלייכצייטיג איבערשמועסן אלע גראנדיגעזע פלענער לטובת אנשי שלומינו בארה"ק.

אברה"ם אברה"ם ויאמר הננו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️