זונטאג פר' וארא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר חיים הכהן קאהן הי"ו.
ב"ר יוסף לייב הכהן סאנדער הי"ו.
און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 4:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה איז דער רבי שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. אום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הישיבה, און נאך מעריב האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה 'כי מלאכיו מצוה לך'.
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם
ארום 7:15 נאכמיטאג האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום וועסטשעסטער עירפארט פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטע פליגער קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע 3 וואכן.
ביים אנקומען אין עירפארט אום 8:30 אויף די נאכט, האט זיך דער רבי שליט''א באגריסט מיט'ן לאנג יעריגע חברותא הגה"צ אבדק"ק ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א און פארברענגט א קורצע וויילע.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
ארום 9:05 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט''א. אין די ערשטע שעות אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אינאיינעם מיט'ן חברותא הגה''צ ר' יעקב אלי' שליט''א פאר א לענגערע צייט. דערנאך האט דער רבי געשריבן חידושי תורה און פארברענגט בסיפורי צדיקים און דערציילט היסטארישע מעשיות פון דער אלטער היים.
וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים
ארום 11:53 אויפדערנאכט - ארטיגע זייגער - האט געלאנדענט די פריוואטע פליגער פונעם רבי'ן אין א נעבנדיגע עריפארט פונעם עיר הנופש פאלם ספרינגס.
פונעם עירפארט איז רבינו שליט''א תיכף צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש די יערליכע אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' הערשל שפיץ הי''ו.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️