בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ה טבת תשפ"ב12/29/2021

באריכט
המשך פר' וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו

מיטוואך


ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים,

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.05K