בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' שבט תשפ"ב1/9/2022

באריכט
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:35. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה ביי מנחה לרגל די הילולא קדישא, נאך קדיש האט דער רבי געמאכט די עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב"ג), כהן: הר''ר שמואל משה פריעדמאן שליט''א (קר"י), לוי: הר''ר יואל ווערצבערגער שליט''א (קר''י), שלישי: הר''ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' משה אונגאר הי''ו (שיכון סקווירא).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, מען האט געזונגען די נענועים ניגון פון הגה''ק העצי חיים זיע"א. שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף ברוינער הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''היום אתם יוצאים בחודש האביב'' און געטייטשט אז דורך מצות מצה וואס די סגולה דערפון איז מען זאל ניצן ווערן א גאנץ יאר פון חטאים, פארלירט מען נישט דעם צלם אלוקים ווערן די תפילת ישראל נתקבל, מצה איז ראשי תיבות מ'כל צ'רה ה'צלנו ווייל טאקע אין זכות פון מצה הערט דער אייבערשטער צו די תפילת ישראל ווערט מען ניצול פון אלע צרות.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו (מאנסי). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' וואלף ברוינער הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 7:50.

נאך הבדלה איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך ביי הגהצ אב"ד היבנוב ב"פ שליט"א ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות. דערנאך האט היבנוב'ע רב מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד צו די סעודת הילולא ומלוה מלכה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק העצי חיים זיע"א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים, מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה, און מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שלמה קליין שליט''א (ל"א), דערנאך האט דער רבי דערציילט לענגערע סיפורי קודש פון זקינו הבעל הילולא זיע"א. מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען נכד העצי חיים זיע"א הרה''ג ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט''א אב''ד רודניק (ל"א), מען האט געענדיגט 11:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️