בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' שבט תשפ"ב1/9/2022

באריכט
חלק א' פר' בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו

זונטאג


ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאכן דאווענען האט הילד הח' ב''ר אלחנן שלמה זלמן ראזענצווייג הי''ו פון מאנסי איבערגעזאגט פארן רבי'ן די תורה פון רבינו שליט''א ליל שב''ק ביים שלחה"ט רבינו שליט''א האט אויסגעהערט מיט א געוואלדיגער קורת רוח. אויך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פרישע סעט פון ספרי עצי התמרים וואס איז נתנדב געווארן צום ארטיגן ביהמ''ד דורכ'ן וועד להוצאות ספרי רבינו, דער רבי האט פאר א לענגערע צייט מעיין געווען אין די ספרים און ארויסגעוויזן א קורת רוח. דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס פון מערערע פערזעדליכע עובדות וסיפורים און נאנטע שייכות פון רבינו שליט"א צו להבחל"ח מרן רביה''ק זי''ע.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 919