בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ז שבט תשפ"ב1/19/2022

באריכט
דינסטאג

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים ומנהגי ישראל.

ארום 1:00 מיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאך מנחה האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די ארטיגע עסקנים און פארן רב הביהמ''ד שליט''א, ספעציעל פארן אהערשטעלן די נייע פאלם ספרינגס קאושער געשעפט צוצושטעלן כשר'ע עסן פאר די אידן וואס קומען וויילען אין פאלם ספרינגס למנוחת הנפש.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א טעלעפאניש געוואונטשן ברכות מז''ט פאר הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו מנהל מוסדותינו בית שמש לרגל נישואי בתו, און אין ירושלים פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו לרגל די ברית פון או אייניקל וואס איז פארגעקומען אין ירושלים.

ארום 1:50 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש בעיר הנופש פאלם ספרינגס אויפן וועג צום ארטיגן עירפארט, אין די אויטא פון הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו. ארום 2:45 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פריוואטע פליגער פונעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענל עירפארט אויפן וועג קיין ניו יארק, די ערשטע שעות אויפן וועג האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אין די סוגיא פון מצוות צריכות כוונה, און דערנאך פארברענגט בסיפורי צדיקים.

ברוך הבא בשם ה'

ארום 10:05 האט געלאנדעט די פליגער אין נוארק עירפארט, ווי רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב אין א פריוואטן צימער.

נאך מעריב ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה''ח ר' מאיר משה מארקאוויטש הי''ו ע''פ אמו ע''ה. פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג למעון קדשו בקרית יואל ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:30.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.19K