בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשכ' שבט תשפ"ב1/22/2022

באריכט
שב"ק פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל לטובת די מעמבערשיפ קאמפיין פון קהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט''א. קבלת שבת: הרה''ג ר' יודא כ''ץ שליט''א דומ''ץ קהל ויצב אברהם אוסטראליע.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:15. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום נעמען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר יוסף בנימין שטערן שליט''א (בארא פארק), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שמעון הערשאפט הי''ו (לאנדאן).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "וישמע יתרו - מה שמועה שמע ובא" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מקבלים גרים.

קה אכסוף: הרב הערשל אשכנזי שליט''א בן האדמו''ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט''א, ברכהמ"ז: הרה''ג ר' יודא כ''ץ שליט''א דומ''ץ קהל ויצב אברהם אוסטראליע.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' יושע'לע בעלזער זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ''ג שבט. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט''א.

די פרישע חתנים פון די לעצטע פאר וואכן זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב יושע הערשל שארף שליט''א. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן עליונים ששו, ובאו כולם, לכבוד שבת קבלת התורה. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הר''ר דוד חנני' ווייס שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל אלעזר טאבאק הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' דוד שלמה בערגער הי''ו.

עליות. כהן: בעל שמחה ר' מאיר פריעדמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה''ח ר' יעקב אלי' רייכמאן הי''ו, שלישי: החתן ב''ר וואלף לאנדא הי''וַ - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר אברהם מענדל ווערטהיימער הי''ו, חמישי: החתן ב''ר דוד חנני' ווייס הי''ו, שישי: מרן רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יואל בר''ש כ''ץ הי''ו.
ר' חיים מענדל פייערשטיין הי''ו.
ר' חיים מענדל אקער הי''ו.
ר' חיים מיכל שווארץ הי''ו.
ר' יואל בר''מ פערל הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר ישראל מנחם ליכטנשטיין הי''ו, אחרון: החתן ב''ר שמשון גפן הי''ו, מפטיר: החתן ב''ר יואל מיטטעלמאן הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' עזריאל לעפקאוויטש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' משה ברח''א ווייס הי''ו.

מוסף: הרה''ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' לייבל רייכמאן הי''ו (בארא פארק).

מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:40. מנחה: הרה''ח ר' ישראל שפיצער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ח ר' יודא כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' עזרא נייהויזער הי''ו (קרית טאהש) שלישי: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו, הגבה: מרן רבינו שליט"א, גלילה: הר''ר יוסף בנימין שטערן שליט''א.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויחד יתרו על כל הטובה'' און געטייטשט אז די מצריים זענען נענש געווארן במיתת חנק כאטש וואס רציחה איז בסייף, ווייל זיי האבן מכשיל געווען די אידן מיט ראיות והירהורים אסורים וואס איז א ענף פון די עבירה אליין, פון דעם דארף מען זיך משים זיין אל הלב און אויסניצן די צייט פון די ימי השובבי''ם וואס איז נאך געבליבן און מתקן זיין דעם עבר און מאכן קבלת טובות להבא.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' לייבל רייכמאן הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️