בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ה שבט תשפ"ב1/27/2022

באריכט
מיטוואך פר' משפטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר הב' הבר מצוה ב"ר אליעזר פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד', און ארומגערעדט בגודל אמירת תהילים ברוב עם הדרת מלך בימי השובבי''ם. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' טובי' גראס הי''ו - בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 9:30. און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש. און דאן האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו - ר' ישראל פארגעס הי"ו.

בערך 10:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום שמחת הבר מצוה פון נכדו חתן הבר מצוה כמר בנימין חיים מייזליש נ''י בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, בבית מדרשינו ישמח משה.

רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת הבר מצוה. און הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה. נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור, דער בר מצוה בחור האט געזאגט דעם פשעטל כנהוג. און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט דברי תורה בעניני בר מצוה, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פון די שכונה 'שכונת ברך משה' ובפרט פונעם אסיפה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצש''ק אינעם ביהמ''ד להתחזק בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט שטארק אויסגעלויבט די אלע אידן און בפרט די עסקנים וואס זענען עוסק אין דעם, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פארן גאנצן ציבור. מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו דעם בר מצוה בחור כנהוג.

נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️