בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגו' אדר א' תשפ"ב2/7/2022

באריכט
זונטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהלים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק ב'.

אין די פארמיטאג שטונדן ארום 3:00 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת אהל תורה פון לעיקוואד בהנהלת הרה"ג ר' מרדכי שלעזינגער שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק ועידוד פאר די בחורים, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט געוואונטשן דעם ראש הישיבה און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט''א - ר' אהרן קרויס הי''ו, באולם כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ''ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין דקהילתינו הק' שכונת קעסקעיד וומסב"ג - הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון מוה"ר שלום אליעזר פרענקל הי"ו גזבר וומסב"ג, וואס האט געקויפט א כיתה בבנין הבית רחל שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב"ג. נאך א לענגערע שמועס מיט די הנהלת המוסדות איבערן וואוקס פון די מוסדות בליעה"ר און איבערן פראגרעס פון די בניני המוסדות וואס ווערן יעצט געבויעט אין וומסב"ג, האט מען געחתמ'ט די שטרות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכתו הק' פאר'ן נדבן ר' שלום אליעזר מיט זיינע קינדער און אייניקלך און פאר די חברי ההנהלה.

זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.

בערך אום 9:20 האט מען מפסיק געווען און רבינו שליט"א איז אריבער צו די לוי' פון הרבני הנכבד ר' בערל גראס ז"ל (וומסב"ג), פארענט פונעם ביה"ח דקהלתינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️