בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ב אדר א' תשפ"ב2/13/2022

באריכט
שב"ק פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:30. דערנאך איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' יצחק יודא היימאן הי''ו (וומסב''ג).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר שלום מאיר עקשטיין שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי''ו (מאנטשעסטער).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואתה תצוה את בני ישראל" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורות.

קה אכסוף: הרה''ח ר' יעקב יושע סאנדער הי''ו (וומסב''ג), ברכהמ"ז: הגה''צ ר' יואל שליט''א בן מרן רבינו שליט''א ורב דביהמ''ד בית ברוך.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק ר' שמעון סופר זצוק''ל, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י''ז אדר. קה רבון עלם: הרה''ג ר' חיים מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יצחק משה פרענקל הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' וואלף גאלדענבערג הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יוסף אשר געלב הי''ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי''ו, לוי: החתן ב''ר שמואל דוד וויינבערגער הי''ו - באווארפן, שלישי: החתן ב''ר חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר יואל בר''ש רובינשטיין הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר משה ארי' גוטמאן הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יואל בר''ש פריעדמאן הי''ו.
ר' יואל בר''ש עקשטיין הי''ו.
ר' ארי' כ''ץ הי''ו.

שביעי: הרב הגאון רבי חיים קלמן גוטמאן שליט''א (וומסב''ג), הוספות: החתן ב''ר יוסף גאנץ הי''ו, החתן ב''ר יואל ברח''א טייטלבוים הי''ו, החתן בן הרה''ג ר' יואל שווארץ שליט''א, החתן ב''ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יואל ברמ''מ גאטליב הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' משה ארי' גוטמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל בר''ש רובינשטיין הי''ו.

מוסף: הרב הגאון רבי יואל שווארץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין דקהילתינו הק' שכונת קעסקעיד וומסב"ג, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הלל דוב כ''ץ הי''ו (וומסב''ג).

מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:00. מנחה: הרה''ח ר' ישראל איצקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר''ש פריעדמאן הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יעקב אליעזר כהנא הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' מיכל פריעדמאן הי''ו (מאנטשסטער) שלישי: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אליעזר געלב הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ואתה תצוה את בני ישראל'' און געטייטשט אז יעדע מצוה וואס א איד טיט אפילו ע''מ לקבל פרס לאזט איבער א רשימה דקדושה אויפן מענטש אזוי ווי די ביהמ''ק וואס איז חרוב געווארן האט איבער געלאזט א רשימה דקדושה אויף די גאנצע וועלט אלס הכנה פאר די ביהמ''ק השלישי. דאס דארף זיין א שטארקע חיזוק אפילו א איד וואס איז טרוד א גאנצן טאג על המחיה ועל הכלכלה און איז זיך קובע א שעה אין טאג עוסק צו זיין בתורה, לאזט עס איבער א רשימה דקדושה פאר א גאנצן טאג.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יעקב שווארץ הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' מרדכי הערשקאוויטש הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ג ר' מאיר לייב קטינא שליט''א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️