בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ו אדר א' תשפ"ב2/27/2022

באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין מאנטשעסטער ענגלאנד חלק ה'.

זונטאג פר' פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א


ארום 10:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בענעדיקט הי"ו (לאנדאן). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור.

נאך שחרית ארום 12:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד 'החדש' בשכינות פון בית מדרשינו וואס איז געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער לומדי תורה יוושבי אוהל ואבריכי הכוללים פון איבער די שטאט.
צום ערשט האט רבינו שליט"א באגריסט דעם מקום תורה וואס איז פקיע שמי' און האט דערמאנט דעם רב הביהמ"ד הרה"ג ר' אברהם זילבערגער שליט"א וועלכע איז זקוק לרחמי שמים, און געוואונטשן אז דער זכות פון לימוד תורה ברבים זאל אים מגין זיין לרפו"ש בקרוב. דער רבי האט דאן משמיע געווען א לענגערע טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון חדש און האט אויף פארשידענע אופנים פארענטפערט די וועלטס קשיא וואס גייט ארום בשם דער רבי ר' יונתן אייבשיץ זצוק"ל, און האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בריתחא דאורייתא, דערנאך האט דער רבי אויסגעפירט מיט קורצע דברי דרוש ואגדה. מען האט געענדיגט ארום 1:40 , און מ'האט געזאגט קדיש כנהוג.

נאכדעם זענען צוגעקומען עטליכע לומדים וואס האבן זיך א לענגערע צייט מפלפל געווען מיט רבינו שליט"א אין די סוגיא. דערנאך איז דער רבי אהיים געגאנגן לבית האכסניא, אנקומענדיג בבית האכסניא האט דער רבי געבעטן מען זאל רופען דעם רב הצעיר פונעם ביהמ"ד פרעגן ווער עס זענען געווען די לומדים וואס האבן זיך מפלפל געווען נאכן שיעור, דער רבי האט זיי אריבערגערופען און נאכאמאל אויסגעשמועסט די סוגיא בטוב טעם ודעת א לענגערע צייט.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון ר' גבריאל קנאפלער שליט"א ראש ישיבת שערי תורה. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין די סוגיא פון מתנה על מנת להחזיר וואס מ'לערנט יעצט אין די ארטיגע ישיבה, דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטער שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה תחי' עב"ג נכד רבינו הבה"ח הרב אשר אנשיל בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הנגיד הנכבד ר' שמואל נתן הכהן קאהן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א פריוואטע מסיבה און חתימת שטרות אויף גרויסע סכומים וואס ער האט געגעבן לטובת די בניני מוסדותינו הק', פאר די ישיבה און פאר די בית רחל, אזוי אויך פאר'ן קרן הבנין פון בית חינוך לבנות בנות אר"י אין בני ברק. דער חשובער נדבן האט געזאגט שיינע דברי תורה און דערנאך האט דער רבי גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הגה"צ ר' פנחס ווייס שליט"א אב"ד טשערנאבל וראה"כ בהיכל כוללינו במאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בד"ת וסיפורי צדיקים אויך האט ער געוויזן פארן רבין א היסטארישע פנקס וואס ער האט בירושה פון זקינו הגה"ק המנחת יצחק זצ"ל וואס ער האט געשריבןן תיכף נאך די קריג בעניני היתר עגינות, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 5:40 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בבית האכסניא, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש תושבי אייראפע ביז אים 1:30 ביינאכט. ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען געווען אויף ביקור גומלין ביי רבינו שליט"א. הגאון ר' חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים דק"ק מחזיקי הדת, כ"ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א, הגאון ר' ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט"א רב דביהמ"ד זכרון יחזקאל ודומ"ץ מאנטשעסטער, הרב חאזאן שליט"א. עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז געקומען אויף א באזוך דער מעיאר פון שטאט מאנטשעסטער וואס העלפט כסדר ארויס פאר די ארטיגע אידישע געמיינדע, און רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר זיינע לייסטונגן לטובת העיר ואנ"ש שיחי'.
שפעטער אויפדערנאכט איז - ווי שוין ברייט באריכטעט -פארגעקומען די מעמד 'התיסדות בית הוראה והתמנות פון די חשובע מורי צדק בבית הוראה, תחת פיקוח הגה"צ אבד"ק שליט"א, דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט קורצע טרעפליכע ווערטער בגודל נחיצות הענין, און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק והדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו. און צום שלוס געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 655