נעכטן ביים פריוואטן שבע ברכות 'בחצרות קדשינו' צוגעשטעלט דורך די גרויסע זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די "חברי הצלה" פון קרית יואל אלס אות הכרות הטוב פארן זיך איבערגעבן בלב ובנפש פאר תושבי ק"י און די שווערע חדשים, האט די רבי ביי די שטארקע דב"ק ארויסגעברענגט א לענגערע צייט שטארקע דברי שבח ודברי חיזוק והדרכה פאר די חברי הצלה ווי די רבי האט צווישן אנדערע פארגעליינט א בריוו פונעם זיידן רביה"ק הישמח משה זי"ע פאר די חברי הצלה ווי די ישמח משה דריקט זיך אויס צום סוף פונעם בריוו "ומי יתן והיה חלקי עמהם" און נאך שטארקע דברי התחזקות,
די רבי האט דערמאנט די שווערע צייטן וואס איז אריבער, און ווי די חברי הצלה האבן זיך איבערגעגעבן מיט א שטארקע איבערגעגעבנקייט, ובפרט ביי הרבנית הצדיקת תלטי"א די רבי האט געזאגט אז מען האט אים נישט פארציילט ווי שווער די מצב איז, און ווען איינע פון די קינדער איז אריינגעקומען "און ער איז געווען אפגעשוירן האב איך פארשטאנען ווי ביטער די מצב איז" און ב"ה אז מען קען דאנקן דעם אייבערשטן 'אויף די חסדים' "פון דעם דארף מען נעמען א שטארקע חיזוק נישט אויפצוגעבן נישט קיין חילוק וואס די מצב איז", און נאך שטארקע דברי הדרכה פאר די חברי הצלה, צווישן אנדערע האט די רבי דערמאנט די קונטרס וואס איז ארויסגעקומען פאר יום הקדוש, מיט אלע הלכות הנוגע לאור המצב, און אסאך אנדערע חברת הצלה האבן דאס אויך אנגענומען די פסק הלכה, און אז מען זאל נישט מיקל זיין אין קיין שום ענין, און אויסגעפירט בברכות קדשו.