בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ט אדר א' תשפ"ב3/2/2022

באריכט
דינסטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". און נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל י' פסוק ג'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג אים 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:30 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג, אים 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג ר' אשר אולמאן שליט"א רב שכונת רמת אברהם בית שמש, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בעניני פורים דמוקפים, און האט איבערגעגעבן א שיינע גריס מקהלתינו הק' אין בית שמש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️