פרישער פּראָיעקט לצמצום הוצאות, הרבנית הצדיקת מסאַטמאַר תליט"א
טיילט געבענטשטע 'ברעיסלעטס' פאר די חשובע כלות תחי'
מיטן ציל צו באַפעסטיגן פריערדיגע תקנה פאר מחותנים נישט צו שיקן ברעיסלעט-מתנה פאר כלות
קרית יואל. – צענדליגער כלות וואָס זענען אין די לעצטע תקופה געקומען לברית האירוסין, זענען אין די פארגאנגענעם ערב שבת אַנגענעם-איבערראַשט געוואָרן צו באַקומען די ספּעציעלע מתנה וואָס איז זיי געשיקט געוואָרן דורך די הויכגעשעצטע הרבנית הצדיקת תליט"א, א הערליכן ברעיסלעט מיט אן אַריינגעקריצטן ה' לסגולה, געבענטשט בידיו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואָס רופט אַרויס א ספּעציעלע אינטערעסע ביי די טייערע כלות צו באַקומען און גיין דערמיט באַצירט אין די תקופה נאָכ'ן א כלה ווערן בשטומ"צ.
די רביצין תליט"א האָט אונטערגענומען דעם ספּעציעלן פּראָיעקט, צו טיילן די ברעיסלעט-מתנות פאר די כלות, מיטן ציל מחזק צו זיין די סאַטמאַרער חתונה-תקנות למען צמצום הוצאות, וואָס במשך השנים האָבן די תקנות אויפגעטון גדולות ונצורות, און האָט געשפּארט פאַר'ן ציבור שווערע מיליאָנען דאָלאַרן וואָס וואָלט וואַרשיינליך פאַרשווענדעט געוואָרן אויף זינלאָזע הוצאות, וואָס איז אַלעס געשפּארט געוואָרן אַדאַנק די שטאנדהאפטע חתונה תקנות וואָס איז איינגעפירט געוואָרן בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.
צווישן די שטאַרקע תקנות וואָס גייט שוין אָן אַסאַך יאָרן, איז די תקנה אַז מחותנים זאָלן זיך האַלטן צו א באַשטימטע צאָל מתנות וואָס מ'שיקט, סיי וואָס צד הכלה שיקט פאַר'ן חתן, און סיי וואָס דער צד החתן שיקט פאר די כלה, אין וואָס עס איז אַריינגערעכענט א באַשטימטע צאָל צירונגען פאר די כלה.
איין צירונג וואָס מ'האָט לויט די תקנות, גענצליך אַרויסגענומען פון די מחותנים-ליסטע, דאָס איינצוקויפן און צו שיקן פאר כלות, איז א "ברעיסלעט" וואָס נאָך א גרונטליכן ישוב הדעת האָט יעדער פאַרשטאַנען אַז ס'איז איבעריגע זאַך, און איז פאַרבינדן מיט אומזיסטע און איבעריגע הוצאות וואָס פעלט זיך בכלל נישט אויס.
אַסאַך יאָרן איז די תקנה טאַקע געווען שטאַרק קראַנט, רוב רובם פונעם ציבור האָט זיך געהאַלטן דערצו, א ברעיסלעט איז ביי סאַטמאַרער חסידים בכלל נישט געווען אינעם סדר פון מתנות וואָס מ'שיקט פאר כלות, און מיט די תקנה אַליינס האָט מען דורכאויס די יאָרן געשפּארט פאַר'ן ציבור שווערע מיליאָנען דאָלאַרן.
ווי יעדע גוטע זאַך, מאַכט זיך אַלץ מיט די צייט אַז א תקנה ווערט אָפּגעשוואַכט, ווען טייל הייבן אָן צו ברעכן די תקנה, טייל מיט אפילו באַרעכטיגטע איינמאָליגע סיבות און טייל אָן קיין שום באַרעכטיגונג, וואָס פירט דערצו שפּעטער אַז די תקנה, ווי וויכטיג עס זאל נאָר זיין, ווערט עס געבראָכן און ביסלעכווייז גענצליך עלעמינירט. גענוי אַזוי האָט פּאַסירט מיט די ברעיסלעטס, וואָס טראָץ א גרויסער חלק פונעם ציבור האַלט זיך נאָך פעסט צו די תקנה, זעט מען אָבער אַז די תקנה איז נישט גענוג פעסט, און טייל שפירן שוין פאר א דראַנג צוצושטעלן די ברעיסלעטס אַלס א טייל פון די מתנות וואָס מ'שיקט פאר די כלה, טראָץ וואָס נישט בלויז די הוצאות פון די ברעיסלעט פאַרמאָגט מען נישט, נאָר אויך אַסאַך אַסאַך אַנדערע און וויכטיגערע הוצאות החתונה פאַרמאָגט מען בכלל נישט.
דער מצב פון די חתונה תקנות בכלל, און פון די ברעיסלעטס בפרט איז אָנגעקומען צו די אויערן פון די רביצין הרבנית הצדיקת תליט"א, וועלכע איז נאָנט באַקאַנט מיטן שווערן מצב הגשמי אין אידישע הייזער, זייענדיג ברייט-באַקאַנט מיט אירע פאַרצווייגטע פעולות צדקה וחסד אַרויסצוהעלפן משפּחות וואָס גייען ליידער געבראָכן. אַזוי האַלט די רביצין תליט"א מיט פונדערנאָנט ווי מחותנים מוטשען זיך געפערליך מיט די אויסטערלישע הוצאות החתונה וואָס מ'קען נישט דערשטייטן, און די רביצין תליט"א זוכט צו טון וואָס נאָר מעגליך צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת דעם עקזיסטענץ פון די וויכטיגע ברעיסלעט-תקנה, אַז מחותנים זאלן ווייטער נישט שענקן קיין בריסלעטס פאר כלות במשך די צייט פאר די חתונה.
דעריבער איז די חשוב'ע רביצין תליט"א אויפגעקומען מיט דעם פרישן פּראָיעקט, אַליינס צו שענקן פאר יעדע כלה א ספּעציעלע מתנה, א ברעיסלעט פון "טענעס" וואָס איז גאָר א שיינער און הערליכער מאַטריאַל. וואָס דער עצם פאַקט אַז די כלות תחיו וועלן שוין נאָכ'ן א כלה ווערן, האָבן באַקומען אזא שיינעם ברעיסלעט אַלס מתנה, וועט בעזהשי"ת גענצליך עלעמינירן דעם נויט פון די מחותנים דערנאָך איינצוקויפן נאָך א ברעיסלעט אַלס מתנה פאר די כלה. מ'האָפט אַז דאָס וועט בעזהשי"ת צוברענגן אַז די חשוב'ע מחותנים וועלן זיך גענצליך צושטעלן די תקנות, און זיך האַלטן מיט א פעסטקייט אויך אויף דעם געביט פון נישט אַליינס שיקן קיין ברעיסלעטס פאר די כלות.
כדי אַהערצושטעלן פאר די כלות א דבר ה
שוה לכל נפש מיט וואָס יעדע כלה זאָל קענען שטאָלצירן איז די רביצין תליט"א געשטאַנען דערויף זיכער צו מאַכן אַז די בריעסלעטס זענען הערליך און צייגענד, ווען דערצו קומען די ברעיסלעטס מיט נאָך פאַרשידענע בענעפיטן, ווי דאָס, אַז יעדע ברעיסלעט פאַרמאָגט פון אונטן אן אויסגעקריצטע אות ה', וואָס איז – ווי באַקאַנט – א געוואַלדיגע סגולה אויף שמירה און הצלחה, און דערצו טראָגט די רביצין תליט"א אַריין די ברעיסלעטס, אַז עס זאָל געבענטשט ווערן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט ברכה, שמירה והצלחה פאר די כלות אויף בשעת די שמחה און אויף שטענדיג.
במשך די פאַרגאַנגענע טעג, סוף וואָך האָבן א צאָל חשוב'ע כלות תחיו וואָס זענען אין די לעצטע וואָכן א כלה געוואָרן בשטומ"צ, באַקומען צוגעטיילט די הערליכע מתנה, וואָס איז צוגעשיקט געוואָרן האַנט-דערליווערט צו יעדן אין שטוב, בייגעלייגט מיט א וואַרעמע פּערזענליכע בריוו פון די הויכגעשעצטע רביצין תליט"א, מיט וואַרעמע ברכות און וואונטשן לכבוד די גליקליכע מאָמענט פון די כלה-חדשים.
ווי מ'הערט צוריק אין די לעצטע עטליכע טעג, האָט די מתנה גאָר שטאַרק אויסגענומען ביי די כלות תחיו וואָס האָבן דאָס שוין באַקומען. אויסער די הערליכע מתנה, די שיינע ברעיסלעט וואָס צייגט אַזוי פּראַכטפול, איז עס דערצו אויך דאָס וואָס די כלות שפּירן פאר א זכי' צו גיין אָנגעטון מיט די ברעיסלעטס וואָס טראָגט אויף זיך די ברכה פונעם מנהיג העדה דער רבי שליט"א, און פאַרמאָגט אויף זיך דעם אות ה', וואָס איז אזא געוואַלדיגע סגולה לברכה והצלחה.
דער פרישער אונטערנעמונג פון די הויכגעשעצטע רביצין תליט"א ברענגט אַרויס א געוואַלדיגע אַנערקענונג פון מחותנים, מחותנת'טעס און כלות תחיו צוגלייך, וועלכע וואונטשן אַלע פאר די רביצין תליט"א גוטע געזונטע לאַנגע גליקליכע יאָרן, ברכה והצלחה אין אַלע אירע אונטערנעמונגען ביז משיח'ס טאָג בקרוב.
אין די פריערדיגע טעג, זינט ווען דער פרישער אונטערנעמונג איז אַריין אין קראַפט, האָט די רביצין תליט"א קודם געשיקט די פרישע מתנה פאר די כלות וואָס זענען אין די לעצטע וואָכן אַריינגעקומען לברית האירוסין בשטומ"צ. די רביצין תליט"א וויל פאָרזעצן צו שיקן די מתנה אויך פאַר די וואָס זענען שוין געוואָרן כלות אין די פריערדיגע חדשים, כלות וואָס האַלטן נאָך פאַר די חתונה און האָבן נישט באַקומען קיין ברעיסלעט-מתנה פון זייערע מחותנים.
אויף די בקשה פון די רביצין תליט"א איז איינגעשטעלט געוואָרן א ספּעציעלער נומער וואו מ'קען אַריינרופן, איבערצולאָזן נעמען פון כלות וואָס האַלטן נאָך פאַר די חתונה און האָבן נאָכנישט באַקומען קיין ברעיסלעט-מתנה, און קוקן אַרויס צו באַקומען די ברעיסלעט-מתנה פון די רביצין תליט"א. מ'קען רופן אויף דעם צענטראַלן נומער פון קהלתינו הק, אויפ'ן נומער: 14-7# 845-774-4040 און מ'וועט אי"ה דאָס מסדר זיין על צד היותר טוב.
עס איז זיכער אַז די פרישע אונטערנעמונג פון די רביצין תליט"א וועט שטאַרק בייהילפיג זיין פאַר די ווייטערדיגע הצלחה פון די תקנות, און די כלות צוזאַמען מיט זייערע עלטערן, וועלן באַגלייטן די רביצין מיט וואַרעמע ברכות געפלאָכטן מיט געפילן פון הכרת טוב אויף די נאָבעלע פעלות.