בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב אדר ב' תשפ"ב3/15/2022

באריכט
מאנטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אבד"ק דברי שמחה ציעשנוב, קר"י.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ב', און גערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים הבעל"ט בזהירות קיום מצוות היום ובפרט איבער ליינען די מגילה במתינות. דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים ועסקנים פון קופת רבינו - אבני חסד לרגל די ימי הפורים הבעל"ט, דער רבי האט געגעבן א המלצה בריוו און פארטיילט מטבעות קודש.

אויך זענען אריין א קבוצה בחורים תלמידי הישיבה וועלכע האבן צוזאמען צוזאמגעשטעלט דעם סכום פון 5,000 דאלאר להצלת יהדות אוקריינא, און האבן איבערגעגעבן דאס געלט פארן רבי'ן און מקבל געווען ברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט הב' הבר מצוה נכד רביה"ק זי"ע בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג אום 6:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' משה גאלדבערגער הי"ו - ר' אברהם יודא שווארץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:15. רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ראטה הי"ו - ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי"ו.
ר' פנחס משה קליין הי''ו - ר' חיים מאיר גרינפעלד הי''ו.

ארום 10:00 איז פארגעקומען די זעלטענע מעמד התמנות פאר 12 נייע מורי הוראה בבית הוראה דק''ק קרית יואל, ווי שוין באזונדער באריכטעט.

ארום 12:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 847