בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ג אדר ב' תשפ"ב3/16/2022

באריכט
דינסטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב גאטליעב הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ה'. און ארומגערעדט הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים הבעל''ט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז 12:15, בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

ביים אהנקומען קיין וויליאמסבורג איז קודם פארגעקומען בקודש פנימה אן אסיפה מיט די אקטיווע עסקנים לטובת פליטי אוקריינא ווי מ'האט אויסגעשמועסט די לעצטע אנטוויקלונגן.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פון די ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך מוה"ר יצחק צבי קליין הי''ו און ווערט אריינגעגעבן בבית מדרשינו בנין בראך בוומסב''ג קומענדיגן זונטאג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 883