בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ד אדר ב' תשפ"ב3/17/2022

באריכט
ימי האורה ושמחה, פורים - שושן פורים, 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ליל פורים


מיטוואך תענית אסתר 7:20 נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט''א.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי''ו, הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, שלישי/מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי''ו.

מעריב: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו, נאך קדיש האט רבינו שליט''א אנגעטוהן א טלית שאילה און איז ארויף אויף די בימה, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת כנהוג. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררת רב, מען האט אנגעהויבן ליינען 8:25 מען האט געענדיגט 9:30. נאך מגילה לייענען ביים ארויסגיין האט דער רבי געוואונטשן 'א גוטן פורים'.

11:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערושה''ט בהיכל השלחנות, ביים אריינקומען האט מען געטאנצן פארשידענע ניגוני שמחה, נאך די זופ האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו, מיט שושנת יעקב הרה''ח ר' מענדל פרענקל הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'אשר הניא' און געטייטשט אז דורך די זדונות וואס ווערן זכיות קען מען משפיע זיין א מפלה פאר שונאי ישראל אדער קען מען דאס משפיע זיין דורך טוהן עבירות לשמה.

דער פורים ראב''ד הרב נפתלי משה ווייס שליט''א איז ארויף אויפן טיש זאגן דברי בדחנות, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי''ו, מען האט געענדיגט 1:40.

דאנערשטאג יום הפורים

אינדערפרי 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' מענדל גאלד שליט''א אב''ד לובלין, בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הר''ר עמרם כהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרב אברהם דוד וואגשאל שליט''א, גלילה: הרב יחיאל אלתר טויב שליט''א.

נאך אשרי ובא לציון איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן רבינו תם תפילין, אים 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד און איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און דאן מקיים געווען מנהג מחצית השקל כנהוג, און דערנאך געזאגט די לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט באש קודש, מען האט געענדיגט דאווענען 12:30.

אויפ'ן וועג ארויס נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א באגעגנט מיט הרה''ח ר' פישל פארקאש הי''ו וועלכע איז צוריקגעקומען פון זיין באזוך אין רומעניע להצלת יהדות אוקריינא ווי ער האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט פארן רבי'ן און דער רבי האט אים אנגעווינטשן און ארויסגעוויזן א שטארקע קורת רוח.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און דאן טועם געווען מאכלי פורים 'נאנט און קינדל', און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה.

נאכמיטאג פון 4:00 האט רבינו שליט''א אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים, צווישן אנדערע איז אריבער הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א דער רבי האט אפגעשטעלט פאר אפאר מינוט און אויסגעפרעגט א באריכט פון זיין באזוך די לעצטערע טעג אין אייראפע להצלת יהדות אוקריינא, אום 6:45 האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הר''ר יואל וויינבערגער הי''ו.
7:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביהמ''ד הגדול צום ערשה''ט משתה היין, ביים אריינגעקומען האט מען געזינגען און געטאנצן, דער רבי האט זיך געוואשן און נאך די כזית געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרינקן לכבוד היום נאך די פיש און נאך די זופ האט דער רבי געמאכט נאכאמאל א לשם יחוד און געטרינקן נאך א כוס.

בשעת די זופ האט מען געזינגען שימני כחותם על לבך, נאכדעם האט דער רבי געוואונקן מ'זאל עס זינגען נאכאמאל און מ'האט דאס געזינגען בבכיות עצומות, און דערנאך האט מען פארגעזונגען כבודו מלא עולם און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

די ערשטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'והמן נופל על המיטה' און געטייטשט אז יעקב אבינו איז די נשמה פון כללות ישראל און ער איז מחבר אלע חלקים פון כלל ישראל און דורכדעם האבן די שונאי ישראל א מפלה.
די צווייטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'דורש טוב לעמו' דורך די קרי''ש פון מרדכי הצדיק האט ער מהפך געווען דוה צו הוד דורכן מצרף זיין דעם אלופי של עולם.

רבינו שליט''א האט זיך נאכאמאל אויפגעשטעלט טאנצן.

די דריטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'ליהודים אותה אורה' און געטייטשט אז דורך תפילין ומילה איז ואתם הדבקים בה' אלוקיכם מען איז דבוק אינעם בוכ''ע און מען קען נישט אפטיילן.
די פערטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'ודובר שלום לכל זרעו' און געטייטשט אז די פארמעגן פון א מענטש איז זיינע קינדער שלום איז ר''ת מה שאלתך וינתן לך, מען קען אין דעם טאג זיך אויסבעטן אויף גוטע קינדער נישט אויסגעלאזט קיין איינס.
די פיפטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'ובבואו לפני המלך' ווען מען איז פון הימל משפיע א ישועה דארף מען נאך זכותים עס זאל אנקומען ביזן ערד, מחצית השקל וואס איז מאת ככר, אות ק' איז למטה מן השיטה איז משפיע אן קיין מעכב יעדער וועט נהנה זיין.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'והריקותי לכם ברכה' מיט א ברען, און געטאנצן א לענגערע צייט.

די זעקסטע תורה 'פורים איז א לשון פון פרו ורבו' עס איז מסוגל פאר שידוכים עס זאל זיין מרבין בשמחה.

רבינו שליט''א האט גערייכערט א ציגאר כנהוג, און געזאגט די זיבעטע תורה 'וכל הרשעה כולה בעשן כעשן תכלה' אלע שאור בבתי ישראל זאל ארויפגיין מיטן רויך, און געגעבן דעם ציגאר פאר הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו.

די אכטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'דורש טוב לעמו' און געטייטשט אז דורך געבן צדקה ביום הפורים ווערט נשפע צוויי מאל דעם שם יב''ק.

מען האט אויפעגעבן די קרויט. דערנאך איז הרה''ח ר' שלמה הערשקאוויטש הי''ו ארויף אויפן טיש און געזאגט חרוזים לכבוד היום און הרה''ח ר' שלום אליעזר דים הי''ו האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות.

מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א אב''ד הוניאד, שושנת יעקב: הרה''ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א, ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

נאך אפאר מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב, בעל תפילה איז געווען הר''ר הערשל קאהן שליט''א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם. מען האט געענדיגט 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 926