דינסטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ויואל משה'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר זאב זארגער הי''ו.
ב''ר יואל גלאנץ הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"ב. און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' הערש פנחס מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג) - ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי''ו באולם קרן ויואל משה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען די וועכנטליכע זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרבני הנגיד מוה"ר זאב הלוי ווערצבערגער הי"ו פון ב"פ ובני משפחתו, וועלכע האבן אפגעקויפט פאר א גרויסן סכום א זכות נכבד אינעם היכל בית חי' שע"י בית מדרשינו הגדול אין ב"פ, רבינו שליט"א האט געחתמ'ט די שטרות מיט'ן נדבן, און האט מאציל געווען מברכתו פארן חשובן נדבן ובני משפחתו.
אזוי אויך איז אריין בקו"פ א דעלעגאציע פון הנהלת מוסד 'בוני עולם' לרגל דאס עפענען א נייעם אפיס אין וומסב"ג, ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות לטובה פאר משפחות חשוכי בנים ה"י, און רבינו שליט''א האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר'ן מנהל ר' שלמה באכנער און אלע עסקנים לטובת המוסד.
ארום 11:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️