מיטוואך פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ויואל משה'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל מויזקאפף הי''ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק א'. און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארמיטאג אום 1:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דער ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען דורך די רביצין תחי' א יארצייט סעודה לע"נ אבי' האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל, פריוואט פאר די בני המשפחה אין די תנאים זאלן שע"י בית רבינו שליט"א אויף איהעל קט., ווי רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען.
אום 7:30 נאכמיטאג האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים ארי' שווארץ הי''ו (וומסב''ג) - ר' יקותיאל מרדכי פריעדמאן הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' מאיר משה שפיצער הי''ו (וומסב''ג) - ר' יעקב שפילמאן הי''ו באולם כינור דוד.
ר' ישעי' ווערצבערגער הי''ו - ר' ליפא ניישטאדט הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען באולם שע''י ביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א מראשי ישיבה גדולה שיעור ד', און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג בהיכל הישיבה, רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה''ג ר' יצחק יעקב שליט''א די ראשי הישיבה און אלע בחורים, און ארויסגעברענגט אז מען דארף מקשר זיין סוף התורה לתחילתה, די לעצטע מצוה איז כתיבת ספר תורה און די ערשטע מצוה איז פרו ורבו, און ווארעם אנגעווינטשן פאר די בחורים מען זאל זוכה זיין צו גוטע שידוכים במהרה.
זמני כניסה איז געווען דערנאך ביז 11:50 אויפדערנאכט. ווען דער רבי האט געדאווענט מעריב, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל לרגל די יומדה"ק הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️