בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ה אדר ב' תשפ"ב3/28/2022

באריכט
זונטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' שלמה חיים כהן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' יואל ראובן לעווי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' יואל ברמ"ש ווייס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' אלכסנדר יעקב גרינוואלד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר טובי בראך הי''ו.
ב''ר דוד שלמה בערגער הי''ו.
ב''ר יהושע פנחס שעהנפעלד הי''ו.
ב''ר משה מערץ הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב'.

דערנאך איז אריין אל הקו''פ הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א מנהל הישיבה ואב''ד צאנז קר''י אינאיינעם מיט די עסקנים פאר די הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן אין די ישיבה דעם קומענדיגן דאנערשטאג הבעל"ט דורך די תלמידי הישיבה, ער האט געצייגט פארן רבי'ן אז די ס"ת האט מען געשריבן כהוראת רבינו שליט''א מיט אלע פרטים ותיקונים וואס דער רבי האט מעורר געווען ביים התחלת הכתיבה בכל פרטיה ודקדוקיה, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל שליט''א און די עסקנים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.


פארמיטאג ארום 2:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם דריטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:45.

נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד' דורך הרה''ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א מראשי הישיבה, דער רבי האט אריינגעפירט די ס"ת אין היכל הביהמ"ד און געטאנצען מיט גרויס התלהבות פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די ראשי הישיבה דער נדבן הרה"ג ר' יצחק יעקב שליט"א און הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א צו טאנצן מיט די תורה, דער רבי האט דאן פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעורורות. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרונקען לחיים און ווארעם געוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן פאר די גאנצע משפחה און פאר אלע בחורים. ביי די קורצע ד"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט די שמחה וואס איז דא ווען מען הייבט אן צו שרייבן א ספר תורה און די שמחה ווען מען ענדיגט שרייבן א ספר תורה און די השפעות וואס קומט אראפ ביי א הכנסת ספר תורה, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר הרה"ג ר' יצחק יעקב שליט"א און אנגעווינטשן פאר די בחורים מען זאל זוכה זיין צו 'אחור וקדם צרתני' מקשר צו זיין סוף התורה לתחילתה און זוכה זיין צו שידוכים במהרה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:00. ארום 10:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️