בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ח אדר ב' תשפ"ב3/31/2022

באריכט
מיטוואך פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' מאיר משה מאשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר אשר יצחק ווידער הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד סיום הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור מנהל הישיבה און אלע בחורים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש צום ערשט האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אויף די וואכעדיגע סדרה און געבעטן די בחורים צו זיכן א תירוץ, און ארומגערעדט בשבח הישיבה וועלכע איז אויסגעשטיגן לשם ולתפארת דעם ערשטן זמן, און משמיע געווען דברי התחזקות פאר די בחורים און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש היות ס'איז נאך חודש אדר זאל נאך זיין מרבה בשמחה עס זאל זיין גוטע שידוכים במהרה פאר אלע בחורים. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה א סעט מספרו לב אהרן.

פארמיטאג אום 1:45 האט רבינו שליט"א געגעבן דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, מען האט געענדיגט ארום 2:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווייטער משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט.

נאכמיטאג אום 6:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ועתה כתבו לכם את השירה הזאת

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן בהיכל הישיבה היינט דאנערשטאג דורך די תלמידי הישיבה אינאיינעם מיט משפחת הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו לע''נ בתם ע''ה.

ביים אנקומען איז דער רבי ארויס אין א ריקוד קודש אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען מערערע ניגונים בהתעוררות רב, און הבה''ח אליעזר ווייזער הי''ו האט אויפגעטרעטן מיט חרוזים לכבוד המעמד, נאך די חרוזים האבן די עסקני חבורת אתקינו ללימוד שעות רצופות איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א בשם די גאנצע ישיבה א מנחת בכורים פון 10,237 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי הישיבה אלס הכנה צו די הכנסת ספר תורה ועפ''י קריאת קדשו פון רבינו שליט''א פארגאנגענעם פורים קטן און האבן איבערגעגעבן א קוויטל כוללת פון אלע תלמידי הישיבה וואס האבן געלערנט פון 36 שעות און העכער.

מען האט אריינגעברענגט די ספר תורה, דער סופר הרה''ח ר' שלמה הערש שעהר הי''ו האט צוגעגרייט דעם קולמוס, רבינו שליט''א האט געזאגט הרינו כותב לשם קדושת ספר תורה און אריינגעשריבן די לעצטע אויתיות, בשעת דער רבי האט געשריבן האט מען געזינגען נגוני התעוררות.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו פארן מנהל הישיבה הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י פאר אלע רמ''י ובחורי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בעניני סיום כתיבת ספר תורה און די השפעות וואס קומט אראפ, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פון ישיבתינו הקדושה וועלכע האבן געלערנט ביז סוף זמן ווי די התחלת הזמן, דערנאך האט רבינו שליט''א געבעטן אלע בחורים פון אלע סניפי המתיבתא זאלן לערנען און מסיים זיין מס' הוריות פון ר''ח ניסן 12 בלאט, יעדן טאג א בלאט גמרא רש''י לע''נ רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און בעפארברייטונג צום יומדהל''ק קומענדיגן כ''ו ניסן, און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה מיטן ספר תורה און געטאנצן מיטן תורה אויפן פלאץ א לענגערע צייט דערנאך איז הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו געגאנגען גלילה, און רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט די ספר תורה בהתלהבות ובשמחת התורה פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דע מנהל הישיבה און הרה''ח ר' נחמי' הי''ו צו טאנצן מיט די ספר תורה. מען האט געענדיגט ארום 9:20.

נגיל ונשיש בזאת התורה כי הוא לנו עוז ואורה

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 9:30 ביז 11:30.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, און ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️