בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ד ניסן תשפ"ב4/25/2022

באריכט
זונטאג פרשת אחרי אסרו חג פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים הכהן דרעזנער הי''ו.
ב"ר נטע מרדכי קויפמאן הי''ו.
ב"ר נפתלי הירצקא שווארטץ הי''ו.
ב"ר יואל פישער הי''ו.
ב"ר יושע דוב שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכן דאווענען האט דער רבי באזוכט ביי די בראנפען ברענעריי פון הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פרישע פראדאקציע פון ברוינפען וואס ווערט געמאכט נאך פסח, און מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א אפגעשטאט א באזוך בביהמ''ד דקהלתינו הק' 'שכונת קוועיקער היל' בגלילות קרית יואל לרגל די הרחבת גבולי הקדושה מיטן הערליך איבערבויען דעם ביהמ''ד לכבוד יו''ט פסח, און מחיל אל חיל האט זיך אנגעהויבן בשטומ''צ די בוי ארבעט אהערצושטעלן א נייע מקוה מפוארה וואס וועט שטיין צום באניץ פאר אלע תושבי השכונה לתורה לתפלה ולטהרה.

רבינו שליט''א האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ''ד און דערנאך געדאווענט מנחה אינעם ביהמ''ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הרחבת הגבולים, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו פרעזידענט דקהלתינו הק', רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עסקנים ותושבי השכונה ובפרט פאר'ן נדבן השטח פונעם ביהמ''ד המפואר הרה''ח ר' יהודא זאב קליין הי''ו חבר הנהלת ועד השכונות, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט און אחריות פון די ערשטע תושבים אין א נייע געגנט וואס שטעלן פאקטיש אוועק די ערענסקייט און ערליכקייט פון די שכונה און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים.

נאכ'ן זיך אויסקוקן אויפן שטח ווי ס'וועט געבויעט ווערן די מקוה המפוארה, האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

שפעטער איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 9:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 848