בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגד' אייר תשפ"ב5/5/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני הרה"ג ר' חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א.
ב"ר יואל טאבאק הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור עיון בשיעורי הישיבה, און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 11:00 אויפדערנאכט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה. נאך מעריב זענען אריבער שלום נעמען עטליכע עסקנים מטעם הכנסת אורחים איהעל שע''י חברה קדישא דקהלתינו הק', וועלכע האבן זיך נארוואס צירוק געקערט פון איהעל אונגארן און האבן געגעבן א באריכט פון די פולע אקטיוויטעטן אינעהאלב די הכנסת אורחים לטובת די פילצאליגע רייזענדע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.01K