בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' אייר תשפ"ב5/8/2022

באריכט
שב"ק פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר'ן מוסד דרכי שמואל עטה''ק בבני ברק, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א. ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה, כנהוג.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' ישראל מאיר העכט הי''ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' מיכאל ניימאן הי''ו (ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "קדושים תהיו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו, ברכהמ"ז: הרה''ג ר' מאיר סימאן שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' נפתלי צבי מראפשיץ זצ"ל וואס זיין יארצייט געפאלט דאנערשטאג י''א אייר. קה רבון עלם: הר''ר נתן דוב ברש''ז שווארץ שליט''א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו. מען האט געענדיגט ארום 1:25.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' שמואל לאנדא הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מנחם ברודא הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אפרים שווארץ הי''ו (מאנסי).

עליות. כהן: הרה''צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א, לוי: בעל שמחה ר' יחזקאל שרגא ברי''ז ווערצבערגער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: הרה''ג ר' נתן דוב שווארץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו, רביעי: בעל שמחה הרה''ח ר' יואל דוד שווארץ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: בעל שמחה ר' שלום בר''ש לאנדא הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: בעל שמחה ר' ארי' שמחה קויפמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א, מפטיר: הרה''ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו (ב''פ), הגבה: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' יואל בעריש עקשטיין הי''ו (וומסב''ג).

מען האט געזאגט די הפטורה פון אחרי, און מען האט געמאכט דעם מי שברך לבה''ב.

מוסף: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי''ו. מען האט געענדיגט 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:30. מנחה: ר' יוסף יואל לעווי הי''ו, הוצאה והכנסה: הר''ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט''א, כהן: הרה''ח ר' יוסף רפאל האפער הי''ו, לוי: הרב שמואל דוד הורוויץ שליט''א (וומסב''ג) שלישי: הרה''ח ר' אברהם פילאפף הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' בערל ברמ''א פאלאטשעק הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''קדושים תהיו'' און געטייטשט אז דער כלל איז טאקע שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף די הכנת המצות איז יא דא שכר אויף דעי וועלט און איז מציל אפילו אויף א מחשבת עבירה, דארף מען וועגן דעם ספעציעל נזהר זיין צו גיין אין מקוה יעדן טאג און דורך דעם זוכה זיין צו א הזמנה לקדושה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:55.

נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת באבוב וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודי הישיבה, וואס מען לערנט אין די ישיבה באבוב, און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 908