בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday18 Iyar 57825/19/2022

Report
דאנערשטאג פרשת בהר ל''ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יוסף זונדל וויינבערגער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שלמה אפפעל הי''ו.
תאומים בני ר' יואל פאוועל הי''ו.
ב"ר אברהם יחיאל קליין הי''ו.
ב"ר יואל ברש"ד מארקאוויטש הי''ו.

דערנאך האט דער רבי געצינדען ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי עטליכע בחורים תלמידי הישיבה וועלכע האבן איבערגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט געפרעגט ערב ל''ג בעומר אין די ישיבה.

ארום 12:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד צו די מסיבת לחיים לכבוד ל"ג בעומר אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוטען און מען האט ממשיך געווען דערנאך בניגוני התעורורות. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידים, דערנאך האט מען געזינגען די זמירות היום פון בר יוחאי און ואמרתם און הב' שמעון ב"ר אליעזר דוב ענגעל הי''ו פון ירושלים עיה''ק האט פארגעזינגען אמר רבי עקיבא.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש לכבוד היום, א לענגערע דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, ביי רבי שמעון איז געווען א בחינה פון חרב און מען איז גראד געהאלפן געווארן, די זעלבע היינט ווען מען איז מתפלל ביים ציון הקדוש פון די נאנט פויעלט מען מיט די בחינה פון חרב, און פאר די אידן וואס פרייען זיך מיט און זענען מתפלל פון דערווייטענס פויעלן אלעס גוטס מיט די בחינה פון קשת. דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט התרגשות איבער די געוואלדיגע זכיה אז דא אין קרית יואל קומט פאהר אזא גרויסע כבוד פאר רבי שמעון, בפרט אז עס איז א שמחה פון בלויז חרדישע אידן, חסידים ואנשי מעשה, וזר לא יתערב בשמחתינו!, דער רבי האט ארויסגעברענגט בקול חונק מדמעות די שטארקע ווייטאג איבער דעם מצב באתרא קדישא מירון, אנשטאט עס זאלן שטיין אין די מערה אידן און פארגיסן טרערן זיצן דארט אידישע גוים און פרעסן מיט א הוילן קאפ במקום הקודש, עס איז א בחינה פון שועלים הלכו בה ר''ל, און ארויסגעברענגט אז ב"ה מען הערט אז יעצט איז שוין אביסל בעסער און מען קען שוין זאגן תהילים ביים ציון, דאס איז זיכער די כח הקדושה פון רשב"י וואס האט זיך מתגבר געווען אויפן כח פון די סטרא אחרא, און מסיים געווען בברכות קדשו בזכות התנא האלקי זאל מען פויעלן אלעס גוטס סיי פון די נאנט און סיי פון די ווייט.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען בניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצען פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג במקהלות אלפי אנשי שלומינו זקנים עם נערים ביים אנקומען האט דער רבי אויסגעבראכן אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוטען, דערנאך האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. בשעת'ן טיש איז פארקויפט געווארן די זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלוקי, און איז אפגעקויפט און אנגעצינדן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו וועלכער האט מכבד געווען זיין טאט'ן הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ). און דורך הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן הי"ו וועלכער האט מכבד געווען זיין טאט'ן הרבני הנכבד ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי''ו.

נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, במשך די סעודה האט מען געזונגען נגוני התעוררות ונגוני שמחה בשירה ובזמרה, נאך די זופ האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן אין א פלאם פייערדיגן ריקוד פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען ממשיך געוועהן מיט די סעודה לכבוד היום, נאכן אויפגעבן אלע מאכלים ביי די סעודה האט מען פארגעזונגען די זמירות היום פון בר יוחאי, ואמרתם, און אמר רבי עקיבא.

נאך די זמירות האט רבינו שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש במשנתו של התנא אלוקי רשב''י און געטייטשט אויף עטליכע אופנים פארוואס רשב''י איז מרומז אין בראשי''ת ברא אלוקים, די שמחה פון ל''ג בעומר איז ווייל ס'איז געווען פסקו למות, ווייל רשב''י האט אריינגעלייגט אור און מות איז עס געווארן מאורות, און אנגעווינטשן אז מען זאל זוכה זיין צו די 'אור' פון רשב"י און פון 'מת' זאל ווערן 'מאורות', עס זאל ווערן לעכטיג אין אידישע הייזער, ביום ל"ג בעומר קען מען מאכן פון מת צו מאורות און מען ווערט געהאלפן בזכות התנא האלוקי מיט רפואות, פרנסה, בנים, שידוכים, און מיט כל מילי דמיטב. דערנאך האט דער רבי דערמאנט אז דא אויף דעם מקום ביום ל"ג בעומר האט מען מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה, און מען האט שוין אדורכגעלערענט זייט דעמאלטס אזויפיל ווי 1,900 בלעטער גמרא! און אויף טויזענט בלאט האט מען געמאכט בחינות, דאס איז אור תורת רשב"י!, און דערמאנט חבורת שונה הלכות וואס מען הייבט אן דעם קומענדיגן ר"ח סיון פון פריש, אנהייב שו"ע אורח חיים, דאס איז חיים שיש בהם יראת שמים ויראת חטא, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דברות קודש האט מען ווייטער געזינגען ניגוני שמחה לכבוד היום און רבינו שליט"א האט מעודד געווען דעם ציבור ברשפי אש. מיט ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געוועהן הגה"צ רבי זלמן האלבערשטאם שליט"א אבד''ק טשאקאווע.

עטליכע מינוט נאכ'ן טיש איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מעריב, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זיע''א, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי''ו (ב''פ). און נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

ארום 11:00 איז רבינו שליט"א אריבער געפארן קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל געוועהן הרבנים הגאונים שליט"א בני הגה"צ אבד"ק סארוואש זצ"ל. דערנאך האט זיך רבינו שליט''א אומגעקערט למעון קדשו בקרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 805