בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ב אייר תשפ"ב5/23/2022

באריכט
זונטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה''ג ר' יוסף שלמה פייערשטיין שליט''א.
ב''ר יעקב מרדכי טייטלבוים הי''ו.
ב''ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי''ו.
ב''ר יעקב שטערן הי''ו.
ב''ר אהרן זילבערשטיין הי''ו.
ב''ר יצחק יחזקאל דוד קרויס הי''ו.
תאומים בני הר''ר יואל שלעזינגער שליט''א.
ב''ר חיים הערש גאלדבערגער הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהלים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי''ו - ר' אביגדור מאיר סאמעט הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.04K