בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ג אייר תשפ"ב5/24/2022

באריכט
מאנטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר משה הלל ראזענבערג הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ה'. און ס'איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט ארום 7:45 איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק ווי דער רבי האט צום ערשט מנחם אבל געווען די משפחה פון כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב זצ"ל.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום נייעם פראכטפולען רחבות'דיגער לאקאל פון 'סאטמאר פלייש געשעפט' דקהלתינו הק' אויף 13עוו. און 44'סט. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען פון געשעפט, און דערנאך אריבער צו די גיגאנטישע קאך ווי עס וועט אי"ה ווערן אנגעגרייט די מאכלים פונעם געשעפט און עווענטועל אויך פאר די כרם מנחם זאלן אין שטאט, דער רבי האט באוואונדערט די ארבייט וואס מ'האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן דעם געשעפט ברוב פאר והדר, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר אלע ממונים ובפרט פאר'ן רוח החיים פונעם פראיעקט ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.

דערנאך איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע בסיפורי צדיקים לבית אבותיהם הק' צאנז און סיגוט. האדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום כינוס רבתי "מסורתינו" פאר אלפי אנ''ש תושבי בארא פארק למען עתיד דורותינו, אין די זאלן פון די פעלעס, דער רבי איז אריינגעקומען בערך 10:20 און הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א, חדב"נ האט דערווייל ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יו''ר המעמד הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כתה ט' מכינה לישיבה אויסגערופן הגה"צ רבי צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' וועלכע האט פארגעליינט די תקנות ויסודות הדת פון קהלתינו ומוסדותינו הק' וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן און אינטערגעשריבן געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א.

בערך 11 אזייגער האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש און לענגערע דברי הדרכה זיך צו האלטן צו די מסורת האבות און ח"ו נישט משנה זיין, דאווענען און לערנען אין די היימישע בתי מדרשים ווי די טאטעס פלעגן דאווענען, און מעורר געווען אז עס איז דא צוויי מחנות, די מחנה אלקים און די מחנה המגושמים, ב"ה אז רוב ציבור באשטייט פונעם מחנה אלקים אבער מען דארף זען דאס אנצוהאלטן, און דאס קען נאר זיין ווען מען האלט איין די תקנות פון מוסדותינו הק', און דורכן האבן שיעורי תורה בקביעות, און דער רבי האט מעורר געוועהן דעם ציבור איינצוהאלטן די תקנות בעניני צניעות, כשרות, כלים הטמאים, וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם זאל, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ה פריעדמאן הי''ו, און נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

אום 12:15 איז דער רבי צוגעפארן צום ביהמ"ד החדש ע''ש הרה"ק מהרש"א מראצפערט בארא פארק יצ"ו, בראשות נכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ''ד און קובע געווען א מזוזה, און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן רב הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור, עקסטער האט דער רבי אנגעווינטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' הערשל איינהארן הי''ו. און ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 940
אין טעלעגראם