דאנערשטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' שלמה אהרן סופר הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון דודו הגה"ק רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.
פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט''א גאב''ד מסורות ונשיא מוסדות תפארת יעקב עטה''ק בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און ער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן חיזוק בגוף ובממון וואס מ'באקומט פון די תושבי קרית יואל, און איבער די געוואלדיגע פעולות לטובה פונעם וועד להצלת יהדות אוקריינע, ער האט געגעבן פאר רבינו שליט"א א מתנה זיין ספר 'חוקי דעה' אויף הלכות שמיטה, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו 'לב אהרן' אויף במדבר, דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א 'חבורת שערי טוהר' שע"י מבצר הכוללים אויף הלכות מקוואות, וועלכע שטייט בראשות חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, ווי דער רבי האט פארהערט די חבורה פאר א לענגערע צייט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' שרגא פייש הערצאג הי''ו - ר' חיים נתן וויינשטאק הי''ו.
הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט''א - ר' מענדל וואלף טייטלבוים הי''ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️