בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט' סיון תשפ"ב6/8/2022

באריכט
מיטוואך פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דברי הכנה צום יו"ט שבועות, די ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה איז מיט לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים זיך צו משתתף זיין ביים מעמד 'לימוד שעות רציפות' דעם צווייטן טאג שבועות אינדערפרי פארן דאווענען.

פארנאכטס ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 9:00 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' שמואל זאנוויל פרענקעל הי''ו - הר"ר יואל שפיטצער שליט''א.

דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן קיין מאנסי, ביים אנקומען האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים סעודה לגומרה של תורה פאר די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' וואלף רעטעק הי''ו נכד רביה"ק בעל עצי חיים זי"ע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' וואלף און פארן גאנצן ציבור.

פון דארט איז דער רבי אריבער צו די אטריום זאלן ווי עס איז פארגעקומען דער יערליכער דינער "גדלו והצליחו" לטובת מוסדותינו הק' במאנסי מיט אירע נאענט צו צוויי טויזענט קינדער בליעה''ר.

ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געדאווענט מעריב אין א זייטיגע שטוב אינעם זאל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט, צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ''ל.

נאך מעריב ארום 10:40 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום דינער, עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה דער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי''ו און דערנאך מיטן דבר המעמד הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א רייכע פרעזענטאציע פארגעשטעלט דורכן בעל מנגן ר' מרדכי אילאוויטש הי''ו אין באגלייטונג פון אחד מתלמידי המוסדות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, און געטיישטש דורך געבן צדקה איז א סגולה צו תורה ויראת שמים, במילא איז א דינער להחזקת התורה א גוטע הכנה צו קבלת התורה, און דערנאך ארומגערעדט בדברי שבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון מאנסי וועלכע וואקסט פון יאר צו יאר בכמות והאיכות סיי חינוך הבנים און חינוך הבנות, אינטער די השפעה פונעם חשוב'ן רב שליט"א און מיט די הילף פון די חשוב'ע הנהלת המוסדות, און ארויסגעברענגט אז די מוסדות איז מיוסד אויף די יסודות פון רבותינו הק' זי"ע, איינער וואס שטעלט זיך נישט צו די יסודות און תקנות פון מוסדותינו הק', וועלן זיינע קינדער נישט קענען ווערן א טייל פון די תלמידי המוסדות, עס זאל זיין מעלין בקודש ולא מורידין, אונזער מוסד איז געמאכט פאר סאטמאר'ע חסידים וואס פירן זיך ווי סאטמארע חסידים, און זיך באדאנקט פאר די הנהלה גשמי וועלכע שטייען בראש, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ''מען בויעט בנינים נפלאים פאר חינוך הבנים והבנות, צו בויען אזויפיל בנינים און אזעלכע גרויסע בנינים איז א זעלטענהייט'' יעדער ווייסט און פארשטייט די נחיצות מען קען נישט ארייננעמען קיין קינד אין מוסד ווייל עס איז נישטא קיין פלאץ, עס נישט קיין גוזמא! און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות מען זאל זוכה זיין עס צו קענען באווייזן און עס זאל זיין כי אתה ה' הרחיב לנו, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די נדיבים בעם און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:45. און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️