בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ג סיון תשפ"ב6/12/2022

נייעס
מוצש''ק איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אליעזר יחזקאל שווימער הי''ו און ווערט אריינגעגעבן היינט זונטאג בבית מדרשינו אין בלאמינגראוו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און נאכדעם געטרינקן לחיים, ס'האט זיך פארמירט א שיינער שמועס פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע און נאך, און דער רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פאר ר' אליעזר יחזקאל הי''ו ומשפחתו און פארן רב הביהמ"ד הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️