בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ז סיון תשפ"ב6/15/2022

באריכט
באריכט מאנטאג - דינסטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, באזוך אין יומע אריזאנע ביי די קצירת החטים לשם מצות מצוה, און אין פאוסטוויל אייאווע ביים בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות

מאנטאג ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים דוד ניישטאדט הי''ו, ביי קריה"ת איז דער רבי געגאנגן הגבה.

ויהי בימי קציר חיטים
בערך ארום 10:25 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין קרית יואל, אויפן וועג צום טיטער-בארא עירפארט, און באגלייטונג פון הגאוה''צ רבני קהלתינו וומסב''ג און מאנסי שליט''א און געציילטע משמשים בקודש, אום 11:45 האט זיך אין א מזל'דיגע שעה געהויבן דער פריוואטער פליגער אויפן וועג קיין יומע אריזאנע, אויפן וועג האט רבינו שליט''א עוסק געווען אין די שיעורי הישיבה במס' בבא בתרא, און שפעטער אין שו''ע או''ח בחבורת שונה הלכות.
אויך איז געווען אויפן פליגער לענגערע שמועסן אין פארשידענע הלכה'דיגע נושאים בעניני ריבית, און שפעטער אין די ענינים פון קצירת חיטים.

ארום 2:00 מיטאג אין יומע אריזאנע (5:00 נאכמיטאג ניו יארקער צייט) האט געלאנדעט דער פליגער אינעם דערנעבענדיגן עירפארט, נאנט צו די ווייץ פעלדער, און דער רבי מיט די באגלייטער זענען תיכף צוגעפארן מיט א ספעציעלן ספרינטער צום פעלד.

אנקומענדיג אויפ'ן פעלד אינטער א הייס ברענעדיגן זין פון 115 די גראד, האבן שוין אפגעווארט דייני קהלתינו הק' הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ דינוב קר"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים, אינאיינעם מיט עסקנים ומנהלי בית האופה דקהלתינו הק' וומסב"ג און קרית יואל, אויך האבן זיך אהנגעזעהן דארט דייני ק''ק פאפא בשליחות רבם כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א נכדו הרה''ג ר' יוסף גרינוואלד שליט''א בן הגה''צ דומ''ץ פאפא שליט''א אינאיינעם מיט הרה''ג ר' משה יוסף בן הגאון ר' שמעלקא פריעדמאן שליט''א חבר וועד הכשרות דק''ק פאפא.

צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ספעציעלן וואסערן סיסטעם, ווי עס איז פארשפארט דער מקור דערפון מיט א חותם זינט די ווייץ הייבט אהן צו צייטיגן, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט א לענגערע צייט ביי די שומרים וואס געפינען זיך שוין אויפן פעלד די לעצטערע וואכן, דאן איז רבינו שליט''א אריבער צום קאמביין טראק און זיכער געמאכט אז די אלע פלעצער פון ווי עס קען אראפ טראפן וואסער איז פארמאכט, און איז דערנאך ארויף געקראכן בטירחא דגופא אויפן קאמביין מאשין און מיט גרויס רגש האט דער רבי געזאגט לשם יחוד און לשם מצות מצוה און אנגעצינדן דעם קאמביין אינאיינעם מיט'ן אידישן דרייווער ר' קלמן אליעזר שאלילאף הי''ו פון קרית יואל - וועלכע פירט דורך די גאנצע קצירה ווי רבינו שליט''א האט איינגעפירט דעם הידור אז עס זאל דורכגעפירט ווערן בלויז דורך א איד, דער רבי האט קאנטראלירט דעם מעסער פונעם קאמביין וואס שניידט די ווייץ דער רבי האט געפירט דעם קאמביין אויפן פעלד אינאיינעם מיט'ן דרייווער, און אריבער געפארן דעם פעלד עטליכע מאל אהין און צוריק פאר א לענגערע צייט.

נאכן שניידן איז דער רבי אראפ און איז אריין אינטער א קליינעם שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן פעלד, ווי דער רבי און די שיירה האבן בודק געווען טויזענטער ווייצלעך און מיט התפעלות זיך צוגעקוקט ווי די ווייץ איז זויבער און ריין און עס איז נישט געטראפן געווארן קיין איין ווייצל מצומחות אדער מבוקעות, ריין און הערליך אן קיין שאלות ופקפוקים, דער רבי האט מסביר דעם גאנצן סדר ווי אזוי די ווייץ וואקסט, דער כח המצמיח און ווי עס ווערט נחמץ, דער פראבלעם פון וואסער ווען עס שוין אין צריך לקרקע, און די מעלות והידורים פון די ארטיגע ווייץ.

ברגש קודש האט מען דערנאך געזינגען ניגוני שמחה 'לשמור חקיך ולעשות רצוניך', דער רבי האט זיך באדאנקט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיטן שניט, ווי ס'וועט אי"ה געשניטן ווערן נאנט צו א מיליאון פונט אויף א שטח פון באלד 200 עיקער.

רבינו שליט''א איז צוגעפארן צו א דערנעבענדיגן האטעל זיך אפצורוען פון די גרויסע היצן פאר עטליכע מינוטען, און פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן צום עירפארט, און אום 5:20 (ארטיגע זייגער) האט זיך געהויבן דער פליגער א וועג פון צוויי א האלב שעה קיין פאוטסוויל אייאווא צו באזוכן די בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק', אויפן פליגער האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מנחה בציבור, און דאן האט דער רבי ממשיך געווען זיינע שיעורים במס' בבא קמא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
👁 1.15K