בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ג סיון תשפ"ב6/22/2022

באריכט
דינסטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'.

און די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויפ'ן וועכנטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק'. און דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג, תיכף ביים אנקומען איז דער רבי צוגעפארן צו די כתר ריזל זאלן ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן המשב"ק כמר דוב אלטר ברוך ב"ר אברהם יושע גפן הי''ו מיט הכלה ב"ר פנחס פראנקל הי''ו.

דערנאך איז געווען די וועכנטליכע זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:20 אויפדערנאכט. ארום 9:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאווה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אדמו''ר משבט הלוי וגאב"ד זכרון מאיר שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקו"פ הרה"ג ר' יואל משה מרדכי הכהן כ"ץ שליט"א בן כ"ק אב"ד וויען שליט"א לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו ני"ו די קומענדיגע וואך, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר ח"ג הרה"ג שליט"א און פאר בנו חתן הבר מצוה, און אים געגעבן דורן דרשה, ספרו לב אהרן על פרקי אבות.

אזוי אויך איז פארגעקומען די סיום כתיבות האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת בנין עולם, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה און פאר די נדבנים.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:30. נאך מעריב איז דער רבי אריבער געגאנגן אין די כתר ריזל זאלן מפאר צו זיין די שמחת החתונה פון החתן המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן הי''ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך געטאנצען ריקודין של מצוה טאנץ לפני הכלה, דערנאך האט דער רבי געטאנצען מיטן חתן און די מחותנים. נאכן טאנצן האט דער רבי זיך ווארעם געזענגנט און אנגעוואונטשן דעם חתן, און פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.03K