בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ד סיון תשפ"ב6/23/2022

באריכט
דאנערשטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל וועלץ הי''ו.
ב"ר חנוך דוב הורוויץ הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאווה קודש תלמידי כתה ט' פון ת"ת קארלין סטאלין בארא פארק, אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר שמואל ביניק שליט''א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו.

פארנאכטס ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי''ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך געזאגט לדוד מזמור כנהוג.

נאכן הכנסת ספר תורה ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:50 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברש''ל זאלדאן הי''ו - ר' אברהם הערשקא הי''ו.

ארום 12:00 איז דער רבי אריבערגעגאנגן צו די זאלן פון כינור דוד מפאר צו זיין ביי די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל נשואי נכדתו הכלה בת חתנו הגה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ''ד כולל ערב שבת, עס האט זיך פארמירט א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה ופלפול אין די סוגיא פון ריבית, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פארן דיין שליט"א, מחותנים און פארן גאנצן ציבור. נאך ברכהמ''ז האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און מיט די מחותנים און א עקסטערן טאנץ מיטן דיין שליט"א.

נאכן שבע ברכות ארום 12:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אינטן בבית מדרשינו בית מרדכי, נאך מעריב איז דער רבי ארום און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולען איבערגעבויטן ביהמ"ד, און איז אהיים לביתו נאווה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️