מאנטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' אהרן ברי"ח פאלאק הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'סניף זרע קודש' בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א בבנין החדש "בנין קעפעטש" אויף די קארלסבורג גאס, נדבת הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו חבר הנהלת המוסדות, לרגל חנוכת הבנין וקביעת מזוזה.
ביים אנקומען איז דער רבי ארום געגאנגן אויף אלע שטאקן און זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די שמחה זאלן וואס ווערן געבויעט פאר די געגענט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר לוי יצחק דוד לאנדא הי''ו.
ב"ר מנחם ווייס הי''ו.
ב"ר יואל ברצ"א עקשטיין הי''ו.
ב"ר שמעון לאנדא הי''ו.
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו, ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן היכל הביהמ"ד און מכבד געווען דעם נדבן הרה"ח ר' שמעון משה הי''ו מיטן לייגן א מזוזה אויפן צווייטן שער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד מיט די באטייליגונג פון די חברי הנהלת המוסדות און די נדבני הכתות, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א, און דער נדבן הבנין הרה"ח ר' שמעון משה הי''ו, ווי ער האט צום ערשט געמאכט א ברכת שהחינו בשם ומלכות, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, און הבה''ח יושע ב"ר הערש בער מייזעלס הי''ו מתלמידי הישיבה האט געמאכט א סיום אויף מסכת מכות, און הרה"ח ר' שמעון משה הי''ו האט געזאגט קדיש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן, חברי הנהלת המוסדות, און די נדבני הכתות, פאר די בר מצוה בחורים רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש ובתו''ד ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה פאר תושבי קר"י אז מען באנייט נאך א בנין פאר די ישיבה קטנה, און די געוואלדיגע זכי' פונעם חשובן נדבן צו מנדב זיין א בנין לתורה ולתפילה ווי עס וועט זיין א ישיבה קטנה און צוגאב צום ביהמ"ד רב טוב וואס געפינט זיך שוין אינעם בנין, און דאס איז חוץ פונעם בנין וואס ר' שמעון משה האט שוין מנדב געווען פאר די מוסדות, ''די בנינים וואס מען איז מנדב דאס איז די אמת'ע פארמעגן און מיט דעם בלייבט מען אויף שטענדיג'', און מסיים געווען מיט ווארעמע ברכת קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגה''צ האדמו''ר משבט הלוי וגאב"ד זכרון מאיר שליט''א בבית האכסניא בקר''י אין שטוב פון הרה"ח ר' פנחס שפירא הי''ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה וחסידות, האדמו''ר משבט הלוי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן א מתנה ספרו החדש לב אהרן דרושים, במדבר.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
אין די פארנאכט שעה'ן זענען אריין בקו'''פ די הנהלת רוחניות וגשמיות פון מחנה בית רחל אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע זומער ווי מען גרייטן זיך אי"ה צו עפענען די קעמפ קומענדיגן זונטאג מיט קרוב צו דריי טויזענט מיידלעך בליעה''ר, און דער רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו.
ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד 'אהל בתי'ה' בשכונת היילענד מילס, צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל ישיבה סניף ויואל משה, אינאיינעם מיט בנו הב' יוסף צבי נ"י, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און מכבד געווען צו טאנצן הרה''ג ר' לוי יצחק שליט"א און בנו הב' יוסף צבי, און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געהערט א באריכט פונעם נדבן ופטרון הביהמ"ד הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו יו"ר הנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג ומתושבי השכונה, איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די אומגעגענט און איבער דעם כולל בוקר וערב וואס פונקציאנירט אינעם ביהמ"ד לשם ולתפארת.
דערנאך ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד בית ברוך דקהלתינו הק' צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו לע"נ בנו ר' יעקב ע"ה, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און מכבד געווען צו טאנצן בנו הגה"צ רבי יואל שליט"א רב הביהמ"ד, דעם נדבן הרה"ח ר' מרדכי הערש הי''ו, בעת זייערע ריקודין האט דער רבי געטאנצן מיט די יתומים די קינדער פון ר' יעקב פארקאש ע"ה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און די יתומים האבן געזאגט קדיש.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:30 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמעון הערשקאוויטש הי''ו - ר' יואל יצחק סופר הי''ו.
ר' יואל ברמ"א כ"ץ הי''ו - ר' אלעזר קליין הי''ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו"פ די הנהלה ועסקני הקהלה והמוסדות פון ירושלים עיה"ק, וועלכע זענען אין די טעג צוגאסט אין ניו יארק, אינאיינעם מיט די ירושלימער הנהלה בארה"ב, וועלכע האבן געברענגט שיינע גריסן פון די קהלה און די מוסדות הק' אין ירושלים, און האבן אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן פארשידענע נושאים בקרב הקהלה והמוסדות, און דער רבי האט מיט זיי צוריק געשיקט א פריסת שלום פאר אנ"ש אין ירושלים עיה"ק.
דערנאך בערך 12:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️