בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךל' סיון תשפ"ב6/29/2022

באריכט
דינסטאג פרשת קרח 'בצל הקודש'פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ארי' פריעדלענדער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
ב"ר יוסף מרדכי כהנא הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג ארום 1:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום 'חומש סעודה' פאר די קרוב צו זעקס הונדערט תלמידי כתה א' בליעה''ר פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער, און דערנאך פארטיילט א מתנה א קרי"ש שעל המטה זאגערל פאר אלע קינדער, אזוי אויך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי''ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות המעמד, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

נאכמיטאג ארום 4:00 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת"ת צמח צדיק וויזניץ פון וומסב''ג, ווי זיי האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער ביים רבין אויף מס' קידושין, און די בחורים זענען אריבער שלום נעמען און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג אויף די וועכענטליכע זמני כניסה, ביים אהנקומען איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין די קינדער פון הרה"ח בנש"ק ר' בעריש לויפער ע"ה. ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 1:15 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה מיט די חברי הנהלת קהלתינו הק' ומוסדותי' בירושלים עיה''ק וועלכע זענען אין די טעג צוגאסט אין ניו יארק, אינאיינעם מיט די ירושלימער הנהלה בארה"ב, און דער ארכיטעקט הרב ישראל ווייכלעדער פון ארה"ק, ווי דער רבי איז איבערגעגאנגן אלע פלענער פונעם גיגאנטישן 30 מיליון דאללאר'דיגן בנין הקהלה והמוסדות אין ירושלים עיה"ק, וואס וועט אי"ה געבויעט ווערן ברוב פאר והדר.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הגאון רבי שלמה קניבסקי שליט''א ר"י קרית מלך ותפארת ציון בארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בד"ת און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1K